863 פ נ ק ס כמיעלניק 864 און מען האט מיך אװעקגעפירט אין שטעטל קאנדראטאװקע׳ גארלאװקער געגנט׳ סטאלינאװ־ראיאן׳ דאנבאס. מען האט אונדז געפירט אין באד. מיר האבן זיך ארומגעװאשן׳ געטוישט די װעש״ יעדע פיגף ארבעטער האבן באקומען .א צימער. מיר האבן אנגעהויבן ארבעטן בײ לאדענען שטײנער. שפעטער האבן מיר אנגעהויבן צו בויערן די שטײנער׳ דאס איז געװעזן א שרעקלעך שװערע ארבעט אין א שאכט 500 מעטער טיף. אין דער צײט האט אונדז א לערער געלערנט רוסיש. מיײ מײסטער פון דער שאכט האט מײן חבר גערופן מישא און מיך מישקא. דער חבר איז בײ דער ארבעט פארװונדעט געװארן און איװעק אין שפיטאל און איך האב באקומען א טאטער אלם מיטארבעטער. מיר בײדע האבן אנגעהויבן צו ארבעטן אויבן אלם קװאליפיצירטע קוילן־גרעבער. צים כוף בין איך געװארן א מאשיניסט בײ עלעקטרישע װאגאנען׳ װאס האבן געפירט די קוילן. איך האב גוט געארבעט און באקומען די גרעסטע אויםצײכענונג אלס סטאכאנאװיעץ• שפעטער בין איך פארװונדעט געװארן. דער דאקטאר האט פארארדנט׳ אז איך טאר נישט ארבעטן זעקס װאכן. אין דער צײט איז אנגעקומען א םאװיעטישער באאמטער און זיך געפרעגט צי מיר זענען מסכים אנצונעמען סאװיעטישע בירגערשאפט. אלע האבן זיך אפגעזאגט. געװאלט צוריק קײן פוילן. איך האב באשלאסן נישט צוריקצופארן צו היטלערן. פון די 40 זענען געבליבן אבט׳ די רעשט איז אװעק.
נאכן יאר האבן מיר זיך באפרײט פון דער שאכט. איך בין אװעק אין א נעבן־שטעטל׳ װו עס האט זיך געפונען משה קװאשניעװסקי און שמואל וױינבערג פון כמיעלניק. איך האב דארט באקומען ארבעט בײ מײן פאך׳ טישלערײ. געארבעט א צײט און זיך אויסגעצײכנט. אין יאר 1941, װען ס׳איז אויסגעבראכן דער רוםיש־דײטשער קריג׳ האב איך נאך דערהאלטן פון דער הײם די לעצטע ברױו׳ אין װעלכע מען האט געשריבן׳ אז דער מצב איז א שרעקלעכעי׳ מעי לײדט הונגער און נויט און דערצו שרעקלעכע דערנידערונג. דדײ מאל האט מען מיך מאביליזירט אין דער רויטער ארמײ און יעדעס מאל מיך אפגעלאזט׳ װײל איך בין געװעזן אן אוים־ לענדער און דערצו א גוטער ארבעטער אין פאבריק. אלע מיליטער־פליכטיקע זענען געװארן מאביליזירט׳ עס זענען אין מײן פאבריק געבליבן בלויז אלטע לײט און לערנײנגלעך׳ אזוי .אז איך בין געװארן דער לײטער פון דער פאבריק.
מײן ברודערם זון׳ מאיר מאלי׳ איז מיטן אויסברוך פון רוםיש־דײטשן קריג צו מיר געקומען פון װילנע מיט נאך דרײ חברים. מאיר האט אנגעהויבן ארבעטן בײ בוי׳ זײנע חברים האבן זיך מאביליזירט אין דער ארמײ צו יענער צײט איז דאם דײטשע מיליטער געגאנגען פארויס. די רוסן האבן עװאקואירט פארשידענע געגנטן און אויך אונדזער געגנט דאנבאס. מיר זענען אװעק אויפן װעג קײן גרוזיע׳ דער װעג איז געװעזן א זײער שװערער. מען האט באמבארדירט אן אויפהער. מײן חבר משה קװאשניעװסקי איז שוין דאן
געװעזן מאביליזירט אין דער ארמײ. מיר זענען געגאנגען צופים און געשפרונגען אויף צוגן׳ װעלבע זענען אויך כסדר באמבארדירט געװארן. נאך שװערער מי זעגען מיר אנגעקומען קײן ראסטאוו. הונגעריק׳ דארשטיק און פארמאטערט זענעז מיר אריבער דעם דאן, איך׳ מאיר מאלי און זײן הבר פנחס. כיט א לאסט־צוג זענען מיר אנגעקומען קײן טיפליס. מיר האבן װײטער געװאנדערט ביז מיר זענען אנגעקומען אין א שטעטעלע בארזשאמי אין גרוזיע. דארט האט מאיר מיט פנחםן אנגעהויבן ארבעטן אין א פאבריק פון גלאז׳ און איך אין א טישלערײ איך בין קראנק געװארן און געלעגן א צײט. װען איך בין געזונט געװארן׳ בין איך .אריבער אין א צװײטער שטאט צנארי־צכאלי׳ דארט האב איך געהאלפן בויען ברויט־ מילן און דערנאך געארבעט בײ טישלערײ אין דערפער׳ פרױואט. מיר זענען נישט געװעזן מאביליזירט׳ האט אונדז די מיליטער־מאכט גענומען אויף עפנטלעכע צװאנגם־ארבעטן בײ זײער שלעכטע באדינגונגען. מיר האבן געארבעט גאנצע טעג פאר א קלײן שטיקל ברויט. נאך שװערע באמיאונגען און א דאנק אונדזער שטארקן װילן האט מען אונדז פון דארט באפרײט.
דער ,׳װאיענקאמאט״ האט אונדז װידער געשיקט קײן טיפליס אויף א פרישן ארבעטס־פלאץ. דארט האבן מיר זיך דערװוסט װעגן דער מאביליזאציע אין דער גײער פוילישער ארמײ אונטער דער אנפירערשאפט פון װאנדא װאשילעװסקא. איך מיט מײן חבר האבן זיך מאביליזירט אין דער ארמײ. דער װאיענקאמאט האט רעװידירט אונדזערע דאקומענטן און געזען בײ מיר׳ אז איך בין א ײד. ער האט נישט געװאלט אנערקענען מיך און נישט געװאלט מאביליזירן׳ ביז איך האב אים איבערצײגט׳ אז איך בין א ײד און גלײכצייטיק א פוילישער בירגער. מיר זענען אנגענומען געװארן אין דער ארמײ און געשיקט געװארן אונטער מאסקװע אין א פויליש־ מיליטערישן לאגער אין א טאנקן־אײנהײט. דאס איז געװעזן סעפטעמבער 1943. איך האב באקומען מיליטערישע קלײדונג און בין צוגעטײלט געװארן צו אן אפטײלוגג טאגק־דעםאנט מיט אויטאמאטישע ביקסן• דרײ חדשים האב איך דארט דורכגעמאכט די אויסשולונג און די איבונגען׳ ביז אנפאנג 1944. עס האבן זיך דארט געפונען פאליאקן׳ ײדן און רוסן פון פוילישער אפשטאמונג. נאך א קורצער צײט איז מיר אויך געלונגען זיך צו פארבינדן מיט מאירן׳ װעלכער האט זיך געפונען אין דער ארמײ אין א צוױיטן פלאץ. אין יאנואר 1944 האט די ארמײ אנגעהויבן רירן פון פלאץ אױפן פראנט. דער װעג איז געװע׳ן א שװערער׳ װײל די דײטשן האבן אן אויפהער באמבארדירט. די מיליטערישע צוגן זענען געפארן אויף זײער שװערע װעגן. די טאנקען האט מען געמוזט שלעםן דורך זומפן און װאסערן.
מיט גרויס מי און שװערער הארעװאניע זעגען מיר אנגעקומען צו דער פארמלחמהדיקער פויליש־רוסישער גרענעץ. מיר זענען געגאנגען פארויס אלם טײל םון דער גרויםער םאװיעטישער ארמײ ביז ראװנע. הינטער ראװנע