Original scan
Original memorial-book scan 431
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-766

נחום מאלי / מיט דער פוילישער ארמײ פון ראװנע ביז בערלין (תל־אביב) א נאכט פריער׳ אײדער די דײטשן זענען ארײן קײן כמיעלניק׳ בין איך מיט מײן ברודער, בצלאל און זײן משפהת אװעק קײן ראקעװ, זײענדיק זיכער׳ אז דארט װעט דאס דײטשע מיליטער נישט ארײנקומען. מיר זענען דארט געװעזן עטלעכע טעג ביז די לאגע האט זיך בארואיקט. װען מיר זענען צוריקגעקומען קײן כמיעלניק׳ האבן מיר שוין געטראפן דאס פארברענטע בית המדרש. די דײטשן האבן אנגעהויבן שלעפן צו צװאנגס־ארבעט. די ערשטע .ארבעטן זענען געװעזן בײם נישט פארענדיקטן בנין פון דער פאלקם־שילע, װעלכע מען האט אנגעהויבן בויען נאך פארן קריג, נישט װײט פון פםח קלײנהענדלערס הויז נעבן דער קאלײקע. בײ דער ארבעט ידאבן זײ געפלעגט פאטאגראפירן אלטע ײדן װי אזיי זײ שלעפן און הארעװען. נאך דער ארבעט האט מען געמוזט לארשירן אין מיליטערישע רײען און אויך זינגען.

passage_2ac32f30476d181452967eaf
Passage 2normalized OCR · source chars 768-2129

עם זענען .אדורך עטלעכע װאכן. די לאגע איז געװארן װאס אמאל ערגער. אין א געװיםן טאג זענען אויסגעקלעפט געװארן אין שטאט פלאקאטן מיט פארשידענע פארארדענונגען. אין אײנער פון זײ איז געװעזן געמאלדן : פאר ײרן און הינט באזונדערער פארקער און פאר פאליאקן באזונדער. דאס האט מיך איבערצײגט, אז מען טאר נישט דא בלײבן קײן אײן מינוט. איך מיט מײן חבר יאםל נײמאן האבן באשלאםן, אז גאנץ פרי אײדער די דײטשן הויבן אן צו טרײבן צו דער ארבעט׳ זאלן מיר פארלאזן די שטאט אין דער ריכטונג צו דער רוםישער גרענעץ. מײן מוטער האט זיך תחילת קעגנ־ געשטעלט, אבער נאך א באראטונג מיט מײן ברודער בצלאל׳ האבן לסוף מײנע עלטערן מםכים געװעזן. איך האב זיך מיט זײ הארציק געזעגנט. פארטאג האט שוין מײן חבר געװארט. מיר האבן זיך געלאזט אין װעג ארײן. עם האט זיך מיט אונדז אנגעשלאסן א קריםטלעך מײדל׳ װעלכע האט אויך געװאלט מיט אונדז אנקומען קײן רוסלאנד (דאם מײדל האט געארבעט בײ מײן ברודער בצלאל). מיר האבן פאר־ געזעצט אונדזער װעג: שידלעװ׳ םטאשעװ׳ פאקשעװניצע. דארט האבן מיר געטראפן נײן םטאשעװער ײנגלעך׳ װעלכע זענען צוגעשטאנען צו אונדזער גרופע און צוזאמעו מיט אונדז פארגעזעצט דעם װעג ביז צו דער װײסל. מיר זענען אדורך די װײםל מיט א לודקע (קלײן שיפל). פון דער װײסל זענען מיר געגאנגען ביז צום סאן• הונגעריקע און דארשטיקע האבן מיר זיך געשלעפט איבער פעלדער און זיך דערנערט פון פארשידענע געװיקםן. צום םאן זענען מיר אנגעקומען בײנאכט. מיר האבן אנגעטראפן אויף א פויערישער כאטע. דער באלעבאס האט אונדז געבעטן נעכטיקן. מיר האבן נישט

passage_69032cdc02795b18121d196a
Passage 3normalized OCR · source chars 2131-3033

מאלי גחום געװאלט. אײנער פון אונדז איז געװעזן א גוטער שװימעד׳ איז ער דער ערשטער אדורך דעם טײך און נאך אים מיר אלע׳ האלטנדיק די מלבושים אויפן קאפ. מיר זענען געגאנגען װײטער׳ נישט װיםנדיק װוהין און נישט קענענדיק די געגנט. אזוי װאנדערנדיק זענען מיר אגגעקומען צו דער רוסישער גרענעץ. מיר זענען ארײן אין װאלד אין א פויערשער כאטע• דארט האבן מיר באגעגנט עטלעכע פאליאקן, װעלכע האבן אונדז אינפארמירט׳ אז די גרענעץ איז נישט װײט. מיר זענען געגאנגען פארוים׳ ביז מיר האבן דערזען פון דער װײטנס א רוסישן םאלדאט מיט א ביקס אויף דער שמירה. מיר האבן פארשטאנען אז דאס איז די גרענעץ. קורץ פארן אנקומען צו דער גרענעץ איז מיט אונדז אויך געגאנגעז אן אוקראאינער. דערנענטערנדיק זיך האט דער סאלדאט אױפגעשריגן : ״האלט :״. מיר זענען געבליבן שטײן• דער אוקראאינער האט אים איבערגעגעבן׳ אז מיר זענען פון דער געגנט און װילן אהײם. דער סאלדאט האט דערקלערט : דאם איז די גרענעץ׳ אריבער קאן מען׳ צוריק נישט. מיר האבן באשלאסן אריבער די גרענעץ.

passage_5bd9a0a3727e4413d591f199
Passage 4normalized OCR · source chars 3035-4018

מיר האבן אנגעטראפן אויף א רוםישער מיליטערישער אײנהײט. די זעלנער האבן אונדז געגעבן עסן, אן איט צו שלאפן. צומארגנם האבן מיר פארגעזעצט דעם װעג צום צוג. נישט האבנדיק קײן געלט אויף בילעטן׳ האבן מיר זיך מיט כוח דורכגעריסן די באן־קאגטראל. מיר זענען ארײן אין באן׳ האבן מיר דארט געטראפן צװײ כמיעלגיקער: זיםמע פינקלשטײן און מרדכי קאםאװסקי. מיט דעם צוג זענען מיר אנגעקומען קײן לעמבערג. דארט זענען שוין געװעזן פיל פליטים. מיר זענען געשלאפן אויף די ״בריגיטקעס״. דאס איז געװעזן א תפיםה׳ פון װאנען ארעסטאגטן זענען באפרײט געװארן מיטן אויםברוך פון קריג. מיר האבן א געװיםע צײט געארבעט בײ שװארצער ארבעט ביז די רוםן האבן פארשריבן צו פארן טיף אין רוסלאנד. אין א געװיםן טאג זעגען פול־געפאקטע צוגן אװעק פון לעמבערג מיט פרײװיליקע קײן רוסלאנד. מיר זענען אנגעקומען אין דער געגגט פון דאנבאס. מיר זענען אויפ־ גענומען געװארן מיט מוזיק. רוםישע פארשטײער האבן אונדז באגריםט. א לײטער פון א שאכט האט געמאלדן׳ אז ער נויטיקט זיך אין 40 פרײװיליקע צו ארבעטן אין שאכט בײ גוטע נארמאלע באדינגונגען. איך האב זיך באלד געמאלדן

passage_fc590c462b857b9cc2adfa58