Original scan
Original memorial-book scan 430
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1005

859 פנקם כמיעלניק 860 משה קװאשניעװםקי אלס מיליטערמאן נאך דער באפרײאונג װאםער און ברויט. דערהערנדיק אז דא שטײט פאר זײ א ײדישער פארטיזאן, האבן זײ אנגעהויבן זיך בעטן. מ׳זאל זײ ראטעװען. איך האב זיך געװאנדן צו זײ און געזאגט: װער עס האט כוח און װיל מיט אונדז גיין, זאל אראפ פון צוג. פון פיר װאגאנען זענען אראפ צען מענטשן. די רעשט זענען שוין געװעזן אפגעשװאכט ביז טויט. די צען מאן זענען אװעק מיט אונדז. פינף פון זײ זענען בכלל נישט געװעזן פעאיק צו גײן אין די פארטיזאנער־ רײען׳ און מיר האבן זײ אײנגעארדנט בײ די פויערים, אונטער אונדזער אויפזיכט. די פינף .אנדערע זענען צוגע־ שטאנען צו אונדז און צוזאמען געקעמפט. אײן מאל איז געפארן א צוג מיט העכערע דײטשע אפיצירן, װעלכע זענען צוריקגעקומען פון רוםישן פראנט אויף אורלויב. דאס איז געװעזן א געפאנצערטער צוג. ער איז אויפגעריסן געװארן מיט 120 קילא דינאמיט. איבער 120 טויטע און פארװונדעטע זענען געבליבן אויפן ארט. נאכן אויפרײס האבן די דײטשן אײנגעארדנט אן אבלאװע. .אלס נקמה פאר די אפיצירן האבן זײ דערמארדעט אין דער געגנט פיל אומשולדיקע מענטשן פון דער צױוילער באפעלקערונג.

passage_0311f1cb7968beaf0097cb86
Passage 2normalized OCR · source chars 1007-2133

עס זענען אפט פארגעקומען קלײנע קאמפן מיט די דײטשן און אויך גרעםערע ״זאסאדזקעם״. מיר האבן גענומען דײטשן אין געפאנגענשאפט און זײ ליקװידירט אן קוילן, נאר זײ פשוט געװארגן מיט שטריק דורך צװײ מאן. מיר האבן זײ נישט געװאלט הענגען, מען זאל נישט דערהערן דאם קנאקן פון די בײמער. אזוי האבן מיר געפירט אונדזער פארטיזאנער לעבן. יעדן טאג דורכגעמאכט 40 קילאמעטער. געגאנגען נאר בײנאכט. בײטאג זיך באהאלטן. װי געטאגט נישט גענעכטיקט. דאם האט געדויערט ביז דעם 17־טן יאנואר 1945, ביז די סאװיעטישע ארמײ האט באפרײט די קעלצער געגנט. מיט דער באפרײאונג פון דער געגנט איז א טײל פון די פארטיזאנער ארײן אין דער ארמײ. א טײל זענען איבער־ געגאנגען אויף רעגירונגס־פאסטנס. איך בין געװארן צוגעטײלט צו דער או.ב. (״אוזשאנד בעזפיעטשענםטװא״) אלס שעף פון דער פערסאנאל־אפטײלונג אין דער קעלצער װאיעװודזטװע. װי אן אגטײלנעמער אין אקטױוע קאמפן בין איך נאמינירט געװארן אלם קאפיטאן מיט די העכםטע מ־ליטערישע אויםצײכנונגען : ״װאלעטשני׳/ ״װירטוטי מיליטארי׳/ ״גרונװאלד״, פארטיזאנער־קרײצן און פיל אנדערע. אין דער צײט פון מײן ארבעט זענען געװעזן פארשידענע ײדישע אינטערװענצן װעגן אפנעמען ײדישע קינדער׳ װאס זענען געװעזן אויסבאהאלטן בײ קריסטן, םפרי תורה׳ס און ײדישע באהאלטענע אוצרות.

passage_a98bbff37ad761c0ef31ebb4
Passage 3normalized OCR · source chars 2135-3188

אײנעם אזא פאל געדענק איך מיט דער פרוי חיה קלײנ־ הענדלער, װאם האט געהאט באהאלטן א קילא גאלד און באלד נאכן אויסגראבן, איז עם געװארן קאנפיסקירט דורך ״או.ב.״ אין בוסק. אויף מײן אינטערװענץ האט זי דאס גאלד צוריקבאקומען. נאך א פאל : א קעלצער קצב, א קריסט, האט אויסבאהאלטן צװײ םפרי־תורה׳ם אין א זײער גוטן צושטאנד. װען די ײדישע קהילה האט זיך צו אים געװאנדן, אז ער זאל זײ אפגעבן, האט ער געפאדערט א גרויםע סומע געלט און נאר אין אויסלענדישער װאלױטע. א דעלעגאציע האט אינטער־ װענירט בײ מיר. איך בין פערזענלעך אװעק צום גוי, אפגענומען די ספרי־תורה׳ם און זײ איבערגעגעבן אין רשות פון דער קהילד־• מאכנדיק א באזוך אין כמיעלניק מיט מײן פרײנט, מאיר פרידנסאן, האבן מיר באמערקט אין דער װוינונג פון זײנע עלטערן, אז ארטיקע פאליאקן שנײדן דעם פארמעט פון םפרי־תורה׳ס און פאקן דערמיט שטעקנם און ביטשיםקעם צו פערד. מען האט באלד פארארדנט צו קאנפיםקירן אלע ספרי־תורה׳ס, גאנצע, צעריםענע און זײ איבערגעבן צו דער קעלצער קהילה. די כמיעלניקער טראטוארן זענען געװעזן ברוקירט מיט מצבות. פון בית הקברות. אויף מײן אינטערװענץ האט מען אלע מצבות ארויסגענומען און זײ אריבערגעפירט אויפן בית־ הקברות.

passage_845962e05fc2dfd03a160f7d