Original scan
Original memorial-book scan 429
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1133

857 משה קװאשניעװסקי — מיט פארטיזאנער אין דער געגנט פרן כמיעלניק 858 געבליבענע, זענען צוריק אװעק אויפן זעלבן ארט, פון וואנען מיר זענען געקומען און דארט צוריק פארמירט די גרופע. מיר האבן זיד אפגערוט צװײ טעג און רואיק אנגעקומען אין די ראקאװער װעלדער. אין די ראקאװער װעלדער האב איך געטראפן די גאנצע גרופע. דארט האבן מיר אנגעהויבן אונדזער נארמאל פארטי־ זאנער־לעבן. יעדער פון אונדז איז צוגעטײלט געװארן צו א גרופע אלס אינסטרוקטאר. אין יענער געגנט האבן זיך געפונען בערך דרײ טויזנט רוסישע און פוילישע פארטיזאנער. נאך אונדזער אנקומען איז דער גאנצער סיסטעם געענדערט און רעארגאניזירט געװארן. די פארטיזאנער האבן אנגעהויבן סטאביל באקומען געװער פון רוסלאנד. נאך דעם װי די פארטיזאנער־פארמאציעס זענען רעארגאניזירט געװארן און סטאביל אנגעהויבן אויספירן אטענטאטן אויף דײטשע מיליטערישע אביעקטן׳ האב איך זיך געװאגדן צום שטאב, ער זאל מיר דערלויבן צו באזוכן כמיעלניק. דאם איז געװען מײן ערשטער באגער, נאכן באטרעטן די פוילישע ערד. דער שטאב האט תחילת נישט .אקצעפטירט צוליב זיכערקײט־ טעמים, אבער נאך א לאנגן װיכוח און אײנטענהן האב איך באקומען א דערלויבניש זיך צו דערנענטערן מיט נאך 10 פארטיזאנער צו כמיעלניק. מיר זענען ארוים און דערגאנגען ביזן דארף לובאניע,

passage_9e4f90a4f6824df6c6cc0a3d
Passage 2normalized OCR · source chars 1135-1526

נעבן כמיעלניק. און זיך דארט פארהאלטן צװײ טעג. בײ א געװיםן װאיטשיק, א כמיעלניקער פאסטנטרעגער פון פארן קריג, האב איך זיך דערװוסט, אז אין כמיעלניק געפינען זיך שוין מער נישט קײן ײדן׳ אז די שטאט איז פול מיט דײטשע מיטן אויםברוך פון קריג אין יאר 1939, אויפן װעג קײן רוםלאנד' עס זיצן פון רעכטס : שמואל קויפמאן, שלמה קאץ עס שטײען פון רעכטס : שמואל װײנבערג, געפאלן אין קעלצער פאגראם, משה קװאשניעװםקי

passage_8519e3fe7cea2db014583037
Passage 3normalized OCR · source chars 1528-2759

זשאנדארמען, ס.ס.־לײט און פאליאקן• די פויערים האבן זיך שטארק פארװונדערט אויפן כמיעלניקער ײד, בערל קװאש־ גיעװסקיס זון, װאס איז אן אפיציר בײ די פארטיזאגער. דאם איז געוועזן ױלי 1944. דער לובאניער פויער האט מיר אויך איבערגעגעבן, אז אײנער פון די קויפמאנם באהאלט זיך אויס אין דער געגנט, און אז נאך עטלעכע ײדן זענען דא און דארט באהאלטן. נאך צוױי טעג זײן אין דארף, בין איך צוריק־ געקומען אין שטאב ארײן און בין באשטימט געװארן אלם קאמאנדיר פון א באטאליאן מינעם־אויפרײסערס. פריער האבן די פארטיזאנער געארבעט פרימיטױו, נישט געהאט קײן אויפרײם־מאטעריאל און קײן מינעס. זײ פלעגן אויפשרויפן די באן־רעלםן און אזוי אראפװארפן באנען. מיט אונדזער אנקומען האבן זיך אבער אנגעהויבן ברײטערע אקציעם מיט מאדערנע טעכנישע מיטלען און מכשירים, װאם זענען געשיקט געװארן פון רוסלאגד. דעם ערשטן צוג האב איך אלײן אויפגעריסן נעבן קאלאמאן בײ קאנסק. דאם איז געװעזן א מיליטערישער צוג פון זיבן װאגאנען מיט א לאקאמאטױו, װאם איז צעשמעטערט געװארן. עטלעכע דרײםיק דײטשן זענען דערהרגעט געװארן אויפן ארט און פיל זענען פארװונדעט געװארן. דער איבעררײם פון פארקער האט געדויערט זיבן און א האלבע שעה. צוזאמען האב איך אויפ־ געריסן זיבן צוגן. הונדערטער דײטשן זענען דערבײ דער־ הרגעט געװארן, זעקם בריקן האב איך אויפגעריםן און פיל דײטש געװער און מיליטערישע אויםשטאטונג צוגענומען און פארגיכטעט.

passage_1063d5073c1315e5bf9581a4
Passage 4normalized OCR · source chars 2761-3922

װעגן אײנעם אזא פאל װיל איך דערצײלן באריכות : אײן מאל האב איך באקומען ידיעות, אז עם דארף דורכגײן א דײטשער מיליטערישער צוג מיט געװער. איך האב באקומען א באפעל פון שטאב דעם צוג אויפצורײסן, באהערשן און צונעמען דאם גאנצע געװער. אין דער אקציע האבן אנטײל־ געגומען 33 פארטיזאנער. דאם איז געװעזן לעבן סקארזשיסק. דער אויפרײם איז געװעזן אזא די װאגאנען זאלן נישט צעשטערט װערן, כדי מיר זאלן דאם געװער באקומען גאנץ. נאך דעם װי מיר האבן באהערשט דעם צוג און מײנע פארטיזאגער האבן זיך דערנענטערט צו די װאגאנען׳ האבן זיך פלוצלינג דערהערט יאמערלעכע געשרײען, א געװײן פון מענטשן. חברה האט זיך אויפן ערשטן מאמענט צוריקגעצױגן, פארשטײענדיק, װאם דא קומט פאר• באלד איז צו מיר, אלס קאמאנדיר פון דער אקציע, צוגעקומען א פארטי־ זאנער און געמאלדן, אז אין די װאגאנען איז נישט פאראן קײן געװער, װי מיר האבן געמײנט, נאר מענטשן. דער־ הערגדיק דאם, בין איך אליץ אװעק צו דער ראמפע. עם איז געװעזן שטאק פינצטער, מען האט נישט געקענט זען קיין פנימער. איך האב צו די מענטשן אנגעהויבן רעדן פויליש, אבער גלײך, װי כ׳האב זיך איבערצײגט, אז דאם זענען ײדן׳ בין איך אריבער צו רעדן מיט זײ מאמע־לשון. עם האט זיך ארויםגעװיזן, אז דאס איז געװעזן א צוג מיט ײדן, װאס זענען געפירט געװארן צום טויט. זײער ערשטע בקשה איז געװעזן

passage_8edb66993305141de52d08d9