Original scan
Original memorial-book scan 428
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-800

משה קװאשניעװסיןי (״מיעטעק״) / מיט פארטיזאנער אױ דער געגנט פװ (ראשון־לצױן) כמיעלניק צװײ טעג פארן ארײנמארש פון דער דײטשער ארמײ קײן כמיעלניק׳ בין איך׳ צוזאמען מיט פיל ױגנטלעכע פון אונדזער שטאט׳ אװעק צו דער רוםישער גרענעץ. איך׳ שמואל קויפמאן׳ שלמה קאץ, און שמואל װײנבערג האבן זיך געהאלטן צוזאמען. נאך פיל איבערלעבונגען זענען מיר אנגעקומען קײן םארנע. דארט זענען מיר געװען א חודש און אװעק קײן לעמבערג װו מיר האבן זיך געטראפן מיט פיל כמיעלניקער׳ דעמא־ ביליזירטע פון דער פוילישער ארמײ און פליטים. פון דארט זענען מיר אװעק אין טיף רוםלאנד. מיטן אויםברוך פון דער רוסיש־דײטשער מלחמה האב איך זיך מאביליזירט אין דער רויטער ארמײ. אין דער ארמײ בין איך געװעזן פון חודש אויגוסט 1941 ביז מערץ 1942. נאכן פויליש־רוסישן אפמאך שיקארםקי־םטאלין) בין איך באפרײט געװארן. נאכן באפרײען זיך בין איך אװעק קײן דאנבאס׳ מײנענדיק׳

passage_4d69dca815185d83a1b34168
Passage 2normalized OCR · source chars 802-1657

אז מײן פרוי געפינט זיך דארט. דאס שטעטל׳ וװהין איך בין אגגעקומען האט זיך געפונען פיר קילאמעטער פון פראנט. דאם ארט האט מען גערופן קראסנאלודזש. איך האב מײן פרוי דארט נישט געטראפן. די דײטשן זענען געגאנגען פארוים און מען האט עװאקואירט דעם פלאץ׳ בין איך אװעק קײן קובאן. גאר גיך האבן די דײטשן פארנומען דאס ארט. מיר איז נישט געלונגען צו אנטלויפן און בין געבליבן אונטער דער דײטשער אקופאציע. איך בין ארײן אין א קאלכאז און דארט געלעבט זעקס חדשים. די רוםן האבן מיך נישט איבערגעגעבן אין דײטשע הענט• צו יענער צײט האבן די דײטשן אנגעהויבן עװאקואירן׳ װײל די רויטע ארמײ איז געגאנגען פארוים. דער פלאץ׳ װו איך האב געװוינט איז פארלאזט געװארן פון די דײטשן אין 1943. אין א געװיסן טאג האב איך געהערט ראדיא און אויך געלײענט אין דער פרעסע׳ אז עס װערט ארגאניזירט א פוילישע .ארמײ אויפן נאמען פון טאדעאוש קאשטשושקא. איך האב זיך באלד פרײװיליק געמאלדן און מען האט מיך משה קװאשניעװסקי

passage_1fde961f054448ebab38a67c
Passage 3normalized OCR · source chars 1659-2744

לײגער. איך האב געענדיקט די שולע מיט דער ראנג פון א פאדפארוטשניק׳ און אין א קורצער צײט שפיטער האב איך זיך געװאנדן מיט .א בקשה׳ אנטײלצונעמען אין דעם ערשטן דעםאנט. דער שטאב האט באשטעטיקט מײן בקשה. איך בין ארויס מיט א ספעציעלער גרופע פון 14 פאראשוטיסטן׳ װעלכע האט געהאט די אויפגאבע פעםטצושטעלן צי אין דער געגנט פון קעלצער און קראקאװער װאיעװודזטװע געפינען זיך פארטיזאנער־אפטײלונגען פון דער םאװיעטיש־פרײנט־ שאפטלעכער ״ארמיא־לודאװא׳/ און אויב אזעלכע געפינען זיך — זײ צו ארגאניזירן׳ אויסשולן און פארזיכערן מיט געװער. מיר האבן זיך אראפגעלאזט אין דער קעלצער געגנט אין דארף מאקםימיליאנאװ׳ בײ דער שטאט אסטראװצע. צװײ מאן זענען בײם שפרינגען געהרגעט געװארן. איך בין לײכט פארװונדעט געװארן אין די פיס. איך בין געלעגן אין פעלד׳ נישט געקענט באװעגן זיך. ערשט נאך א װאך צײט האט מיר אנגעהויבן בעםער װערן און איך האב זיך צוגעשלעפט צו א פויער׳ כדי זיך צו פרװון פארבונדן אדער פעסטשטעלן וװ מײנע חברים געפינען זיך. איך האב געװארט אײניקע טעג׳ ביז עם איז אגגעקומען א גרופע פארטיזאנער. איך בין געװארן צוגעטײלט צו זײ אלם פארטרעטער פון קאמענדאנט. די גרופע האט געהאט אן אויפגאבע אריבערצורײםן זיך צו די ראקאװער װעלדער.

passage_57960422839c7924220d4a3c
Passage 4normalized OCR · source chars 2746-3509

אויפן װעג קײן ראקעװ האבן מיר זיך פארהאלטן אין הויף פשעלושין בײ א פריצטע׳ נעבן אםטראװצע. דארט האבן מיר׳ לויטן פלאן געדארפט רוען א מעת־לעת. מ׳האט אונדז אבער אויסגעגעבן. אין דעם זעלבן אװנט האבן די דײטשן אונדז ארומגערינגלט. דאם איז געװעזן מײן ערשטער קאמף פנים אל פנים מיט די דײטשן אויף דער פוילישער ערד. אװעקגעשיקט קײן רעזאן׳ מאםקװער געגנט׳ װו עס האט זיך געפונען דער שטאב׳ װי אויך די גארניזאנען פון מיליטע־ רישער אויסשולונג. איך בין געװארן צוגעטײלט צום פערטן פולק שװערע ארטילעריע. איך האב דורכגעמאכט אן אונטער־ אפיצירן־שולע און שפעטער באשטימט געװארן אלס צילער פון .א הארמאט. ױיענדיק אין דער ארמײ׳ בערך פיר חדשים, איז ארגאניזירט געװארן א פאראשוטיםטן־אפטײלונג׳ צו װעלכער איך האב זיך פרײװיליק געמאלדן. דארט בין איך דורכגעגאנגען אן אפיצירן־קורס פון דױוערסאנטן און מינעס־

passage_5c53dd5a099aa961e76359e3
Passage 5normalized OCR · source chars 3511-3984

געפינענדיק זיך אין פאלאץ און גוט אונטערהאלטנדיק זיך האט אײנער פון אונדז פלוצלינג געגעבן א געשרײ ״דײטשן״. מיר אלע האבן זיך געכאפט צום געװער און ארויס. מיר זענען געװעזן 120 מאן און די דײטשן עטלעכע הונדערט. עם האט זיך אנגעהויבן .א פארביםענער קאמף. מיר האבן זיך געפרװוט דורכרײםן עפענענדיק א שטארק פײער אויף די דײטשן. די שיםערײ האט געדױערט א שעה צײט. אין דעם קאמף זענען פון אונדז געפאלן 20 מענטשן׳ 30 זענען פארװונדעט געװארן׳ 12 מאן זענען גענומען געװארן אין געפאנגענשאפט. מיר׳ די

passage_e86397f2f8df00c10b6b730e