Original scan
Original memorial-book scan 427
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1107

853 שרה זילבערבערג־קלײנהענדלער טראנספארט ארױסגעשיקט. מיר זענען געװעזן גליקלעך׳ אז מיר באקומען זיך ארויס פון דאנען. צו אונדזער ביטער מזל איז די םטאציע אין שטאט װירצבורג געװעזן באמבארדירט און מיר האבן נישט געקענט װײטער פארן, נאר געבליבן דארט צװײ װאכן. עס איז שװער צו באשרײבן די לײדן, װאם מיר האבן דארט מיטגעמאכט. מיר זענען געבליבן אן דעם מינימום עסן, װאס מיר פלעגן באקומען. יעדן טאג זענען געװעזן טויטע פון הונגער. יעדן אינדערפרי, װען די דײטשן האבן אויפגעמאכט די װאגאנען, האבן זײ זיך געפרעגט : ״זינד פערהאן טאטעי״ װער עם האט געקענט באקומען א ביסל שאלעכץ פון קארטאפל איז געװעזן א גליקלעכער. מיר האבן געטראכט, אז דא װעלן מיר אײנציקװײז אויםגײן פון הונגער. נאך צװײ װאכן זענען מיר געפארן און געקומען נאך בורגאו. דארט איז שוין געװעזן א ביםל לײכטער, װײל מיר האבן באקומען פאר יעדע צװײ פערזאן פריטשעם צום שלאפן. מען האט זיך שוין נישט געװאלגערט אויף דער ערד. דערװײל איז די .אמעריקאנער ארמײ געקומען װאס נעענטער און מען האט פיל באמבארדירט. די דײטשן האבן זיך באהאלטן אין די בונקערס, גאר מיר זענען געשטאנען אויף דעם הויף און זיך צוגעקוקט װי די אעראפלאגען פליען• מלך קנאבלס בךיחידל, הי״ד איןי קאצעט־לאגערס אין דײטשלאנד 854

passage_9467faf9cfe339faefdefb3f
Passage 2normalized OCR · source chars 1109-1528

שטארבן פון א באמבע האט אונדז נישט געשראקן. די אמערי־ קאנער ארמײ איז געקומען װאס נעענטער, האט מען אונדז ארויסגעשיקט אין א צװײטן לאגער טירקהײם. דארט איז געװעזן שטארק ענג און מיר זענען װידער געשלאפן אויף דער ערד. די באציאונג פון דעם לאגער־פירער איז נישט געװען קײן שלעכטע, װײל ער האט שוין געפילט, אז די דײטשן פארשפילן. אין לעצטן מאמענט האבן זײ אבער נישט פארגעםן אין אונדז. מען האט אונדז ארויסגעשיקט קײן דאכאו צום פארניכטן.

passage_d4f710de982a11600b2d5888
Passage 3normalized OCR · source chars 1530-2493

עס זענען געװעזן צװײ טראנספארטן. איך בין געגאנגען מיט דעם צװײטן. אויף דעם װעג בין איך מיט מײן שװעסטער און נאך צװײ אװעקגעלאפן פון טראנספארט אין װאלד ארײן. בײנאכט האבן מיר געהערט װי אעראפלאנען פליען אן אויפהער. עם איז געקומען דער טאג און מיר האבן באשלאםן גײן אין דארף ארײן, װײל אין װאלד איז אויך נישט געװעזן זיכער. מיר האבן געפילט די געפאר אבער נישט געהאט קײן אנדער ברירה. עס האט אונדז געטראפן א דײטשקע, װאס האט געװוינט נאר מיט א טאכטער. זי האט אונדז ארײנ־ גענומען און אויסבאהאלטן אויף דעם בוידעם. זי האט אונדז געגעבן עפעס צו עסן, און דער טאג איז אדורך. אויף דער נאכט קומט זי צו אונדז, זי האט געמײנט אז די אמעריקאנער ארמײ קומט שוין, דערװײל איז אבער שטיל און װער װײס װי לאנג עם קען דויערן, פארלאנגט זי, אז מיר זאלן פארטאג פארלאזן דאם הויז. ״גוט \״ — האבן מיר געזאגט. מיר האבן דען געהאט אן אנדער ברירה ? מיר זענען אבער שוין נישט געװען אימשטאנד אויפצועםן װאם זי האט ארויפגעברענגט. פאר אונדז איז װידער געשטאנען די געפאר : װוהין זאלן מיר גײן? מיר זענען שוין נישט געשלאפן.

passage_36faad918ccc7c9a4431f1a7
Passage 4normalized OCR · source chars 2495-3329

גלײך װי עם האט אנגעהויבן צו טאגן, האבן מיר געהערט א שטארק שיסן. אײן שראפנעל האט אויפגעריםן נעבן אונדז. צום גליק האט קײנער פון אונדז נישט געליטן. די דײטשקע איז שנעל ארויפגעקומען מיט דער בשורד״ אז די אמערי־ קאנער ארמײ קומט אן. זי האט אונדז גלײך געבעטן צום טיש, געפרעגט צי מיר װילן זיך װאשן. אונדז האט דאס אבער נישט אינטערעסירט. מיר זענען צוגעגאנגען צום פענצטער און ארויםגעקוקט׳ געזען װי עטלעכע אמעריקאנער זעלנער פירן ארוים פון װאלד פיל דײטשע םאלדאטן• די דײטשקע האט פארבראכן די הענט און געװײנט. מיר האבן אויך געװײנט, אבער פון גליק, א גליק אויסגעמישט מיט טרערן, װײל װי לאנג האבן מיר געמוזט װארטן, מיר זאלן דאס בילד זעען און װי טײער האבן מיר באצאלט. מיר האבן זיך אײנע די אנדערע אנגעקוקט : הײסט ע ס, אז מיר זענען פרײ... פרײו... מיר זענען ארויםגעגאנגען אין גאס. מיט פרײד געזען װי עם פארן אדורך פיל אויטאם מיט אמעריקאנער, אונדזערע באפרײערס.

passage_031589b5056d7dbb580ae10d