Original scan
Original memorial-book scan 426
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1165

שרה זילבערבערג־קיײנהענדרער / אױ קאצעט־לאגערס איו דײטשלאנד (תל־אביב) שרה זילבערבערג־קלײנהענדלער נאך צװײ און א האלב יאר זײן אין לאגערס׳ האט מען אונדז אין יאנואר 1945 ארויםגעשיקט פון טשענסטאכאװ קײן דײטשלאנד. די רוםן זענען שוין געװעזן אין די פארשטעט. מיר זענען ארויםגעפארן צוזאמען מיט די מענער. אין בוכענװאלד האט מען אלע מענער .ארונטערגענומען. דארט האב איך זיך געזעגנט מיט מײן מאן• מיר האבן זיך אפגע־ שמועםט׳ װען מיר װעלן דורכלעבן דעם קריג (אין װאם מיר האבן שטארק געצװײפלט), זאלן מיר זיך טרעפן אין אונדזער געבורט־שטעטל, כמיעלניק. אונדז, פרױען, האט מען װײטער געפירט און מיר זענען אנגעקומען קײן ״בערגן־בעלזן״. פון דער באן צום לאגער איז געװעזן א היבש ביםל װעג אדורכצומאכן. מיר האבן מיט זיך מיטגעשלעפט פיל געפעק : קאלדרעם, קישנס, װעש און קלײדער. אויף דעם װעג, װעלכער האט אונדז אויםגעזען אן .אן עק, האט מען אנגעהויבן אװעקצװוארפן די פעקלעך. עם איז אוגדז געװען צו שװער. מיר האבן די גאנצע צײט נישט געטראפן קײן מענטש, נאר אן ארומגעצוימטן װאלד. אויף יעדן מרחק איז געשטאנען א דײטשער זשאנדארם. איך וױים גישט װי לאנג מיר זענען געגאנגען׳ אבער מיר האט עס אויםגעזען, אז דאם װעט זיך גארנישט ענדיקן. מיר האבן אבער פיל נישט געקענט טראכטן, װײל מען האט אונדז געיאגט: שנעלער, שנעלער גײן.

passage_5904cd66d114dc1ce4a71e0c
Passage 2normalized OCR · source chars 1167-2110

צום םוף האבן מיר דערגרײכט דעם לאגער. עם איז ארויס־ געקומען די לאגער־פירערין, זי האט אונדז געזאגט, אז מיר זאלן זיך פארהאלטן רואיק און אז עם דראט אונדז נישט דער טױט. צו יענער צײט האט מען שוין נישט פארניכטעט די מענטשן אין ״בערגן־בעלזן״. מיר האבן אבער דארט געזען דעם קרעמאטאריע־אויװן, אין װעלכן עס זענען .אזויפיל מענטשן אומגעקומען. מען האט אונדז ארײנגעפירט אין א צימער און געהײסן אפגעבן אלע זאכן, זאגנדיק, אז נאך דער באד װעט מען אונדז אלץ צוריקגעבן. גרופנוױיז האט מען אונדז געפירט זיך באדן. מען האט אבער פון אונדז אלץ צוגענומען. נאך דער באד, װען מיר האבן געבעטן א האנטוך, האבן די ס.ס.־לײט געלאכט. יעדן האט מען צוגעװארפן א העמד, א בגד אין שטרײפן און אזוי האט מען אונדז אין יאנואר, אין די גרעםטע פרעסט, געיאגט אין די באראקן ארײן. די גאנצע צײט, װען מיר זענען געװעזן אין די לאגערם, בין איך קײנמאל נישט געװעזן אזוי נידערגעשלאגן װי אין יענעם מאמענט. מיר האבן אויסגעזען װי אין א משוגעים־הויז. מען האט אײגער דעם אנדערן אנגעקוקט און ביטער געלאכט• מיר האבן

passage_640d1cd0e34e9c8a2dd136bb
Passage 3normalized OCR · source chars 2112-3426

געבעטן אויף דעם טויט, װײל מיר האבן שוין נישט געהאט קײן כוח. אין דעם באראק, װו מען האט אונדז ארײנגעפירט איז געלעגן א ביסל נאם שטרוי און אזוי האבן מיר זיך געלײגט שלאפן. עס איז געװעזן ענג. בײ מײן קאפ האב איך געהאט צװײ פאר פים׳ און איך האב געמוזט געדענקן צו ליגן גלײך, װײל בײ יעדן ריר האב איך באקומען מיט א פום אין פנים ארײן. װען עמיצער האט געװאלט בײנאכט ארויםגײן, האט זיך אנגעהויבן א שרײערײ און מען האט איבערהויפט נישט געקענט שלאפן. װען עם איז נאך געװעזן פינצטער, האט מען שוין געװעקט צום אפעל. מיר זענען געװעזן לײכט אנגעטאן. שטײענדיק אין דער רײ, האבן מיר געציטערט פון קעלט. אזוי האט מען אונדז געהאלטן אין דרויםן ביז עס האט אנגעהויבן צו טאגן. די לאגער־פירערין האט אונדז אדורכגעצײלט, און דערבײ האבן מיר נישט װײניק געקריגן געשלאגן, װײל אײנע איז נישט גלײך געשטאנען, דער צװײטער האט עפעם גערעדט, אאז״װ. נאך דעם איז מען געגאנגעז ברענגען קאװע. יעדע האט באקומען א גלאז װאסעד־ דיקע קאװע און א ברױט אויף 10 מאן, דאס הײםט 10 דעקא פרא פערזאן אויף א גאנצן טאג. מען האט אנגעהויבן צו קאמבינירן וואס עם איז בעםער — אויפצועסן דאם ברויט אויף אײן מאל אדער יעדעס מאל א ביס. עס איז זיך געװען שװער צו באהערשן און מערםטנטײל האט מען דאם גלײך אויפגעגעסן. יעדער האט געטרוימט װי דערלעבט מען נאך צו שנײדן פון א גאנץ ברויט, ביז צום זאט װערן. בײ מיטאג האט מען געגעבן א װאםערדיקע זופ און בײנאכט בלױז קאװע. מיט דעם האט מען געברויכט אדורכלעבן דעם טאג.

passage_243205aa363b162d26118d33
Passage 4normalized OCR · source chars 3428-4025

מיר האבן דארט געזען מענטשן הויט און בײן און מיר האבן געפילט, אז עס װעט נישט לאנג דויערן׳ און אויך מיר װעלן אזוי אײסזען. צו דעם איז דער שמוץ געװעזן זייער גרוים. בײטאג האבן זײ פארשלאסן דאס װאסער, מען האט זיך נישט געקענט װאשן. איך פלעג אויפשטײן בײנאכט זיך װאשן מיט קאלט װאםער. דער װאשרוים איז געװעזן קלײן׳ איז אײנער געשטאנען אויף דעם צוױיטן. אויף דער פאדלאגע איז געװעזן פיל שמוציק װאסער. דאם איז אלץ געװען אין קאלטן װינטער. יעדער האט נאר געטרוימט זיך ארױסצו־ רײסן פון דאנען• פון צײט צו צײט האבן זײ ארויםגעשיקט טראנםפארטן אויף ארבעט אין אנדערע פלעצער. נאך פיר װאכן זײן אין בערגן־בעלזן האט מען אונדזער

passage_bc256d139539ea02d51bb425