זעליק פרידמאו / מיױ ברודער װעלװלס טויט אין סקארזשיסקא (טעראנמא) איך מיט מײן ברודער װעלװעלע זענען געװעזן אין אײן לאגער. מיט אונדז זענען אויך געװען צװײ פעטערם : יאסל און קלמן־איטשע. געװען איז עם אין סקארזשיםקא• דארט זענען געװען דרײ לאגערם > ״א.״ ״ב.״ ״צ.״. אונדזער טראנספארט איז געקומען נאך װערק ״א״. אין דעם טראנםפארט האבן מיר׳ איך מיט מײן ברודער דערזען׳ אז אונדזער שװעסטער שולא איז דארט דא. נאר מיר האבן זיך נישט געקענט צו איר דערגענטערן אדער שמועםן מיט איר. מען האט אונדז ארײנגעלאזט אין א ״פארװוקע״. פון דארטן האט מען אלע צעטײלט אין באזונדערע לאגערס. אונדזער שװעסטער איז געבליבן אין װערק ״א.״. איך מיט מײן ברודער מיט אונדזערע פעטערס האט מען געשיקט אין װערק ״ב.״. דארטן האט מען אונדז אלע ארײנגעטריבן אין א גרויםן לערן באראק. עס איז געװען א ביטערע קעלט׳ װײל אין באראק איז גארנישט געשטאנען און מיר האבן זיך געמוזט אװעק־ לײגן אויף דעי בלויזער ערד.
אין צװײטן טאג האט מען אונדז ארײנגעפירט אין לאגער גופא. דארטן זענען שוין געװען ײדן פון פריער, געכאפטע װי מיר. װען מיר האבן געזען, װי די מענטשן זעען אויס• האבן מיר זיך פארגעשטעלט װי ביטער עם איז דא. אויפן באפעל פון לאגער־מאן האבן אלע זיך געמוזט שטעלן אין די רײען. דײטשע מײםטערם און ס.א. פון די פאבריקן זענען געקומען און יעדער מײםטער האט זיך אויסגעקליבן װעלכע מענטשן זענען גוט פאר איס. מײן ברודער װאלף איז ארײנגעפאלן צו א שלעכטער ארבעט, וװ מען האט אויס־ געארבעט צװײ צעגטימעטער־קוילן קעגן אעראפלאנען. די מאשינען האבן געארבעט אויף אויל. דער אויל האט אויף די ארבעטער ארויפגעשפריצט. בײ אזא ארבעט פלעגט מען ארבעטן מיט גומענע פארטוכער. די ײדן האבן אבער געמוזט ארבעטן אין די מלבושים, װאס זײ האבן געטראגן אויף זיך• דאם אנטועכץ אין אין א קורצער צײט געװארן דורכגעגעצט, דורבגעזאפט מיט אויל, װאם האט זײער געקלעפט און ארוים־ געגעסן לעכער אין דעם לײב. דאם אנטועכץ האט זיך שנעל צעריסן, האט מען גענומען שמאטעס, װאס זענען געקומען צו פוצן די מאשינען. דאם האט מען גענומען אין לאגער ארײן, און בײנאכט האט מען זיך גענומען פארריכטן די קלײדער• מײן ברודער װאלף איז געװען א געזונטער און שײן־ אנטװיקלטער גחור. ער איז ךעמאלט אלט געװען 17 יאר.
די ארבעט בײ די אויל־מאשינען האט זײער גיך פארענדערט די מענטשן נישט צום דערקענען. קײן עסן האט מען נישט געהאט. די כוחות האבן זיך צוביםלעך אויסגעשעפט. די נארמע בײ דער ארבעט האט מען אבער געמוזט ארויסגעבן. אויב נישט, האט מען באקומען אזויפיל שמיץ װיפל שטיק עם האט צוגעפעלט צו דער נארמע. מײן ברודער װי אויך אנדערע האבן קײן נארמע גישט געקענט ארויסגעבן, דערפאר האבן זײ יעדן טאג געקריגן געשמיסן. איך געדענק, און איך װעל עם קײנמאל נישט פארגעםן װי ער פלעגט קומען פון דער ארבעט מיט פרענגעס אויף זײן לײב פון די שמיץ. ליגן האט ער נישט געקענט און אויך נישט שלאפן. איך פלעג אים לײגן נאסע קאמפרעסן, עס זאל אימ קילן די װונדן. איך האב אים מיט גארנישט געקענט העלפן, נאר צוקוקן זיך און מיטפילן מיט א צעבראכן הארץ. עטלעכע טעג פאר זײן טראגישן טויט האט ער געהאט א פארגעפיל און צו מיר געזאגט־ ״מײן ליבער ברודער, מען האט עטלעכע מענטשן בײ דער ארבעט פארשריבן זײערע נעמען און איך בין צװישן זײ״. דאס אײנשרײבן איז געװען אויף דער װעכנט• לעכער טויטן־ליסטע.
אין דער זעלבער װאך, שבת, ראש חודש תמוז, 1943, 3.30 בײטאג איז געקומען אן אוקראאינער ״װערקשוץ״ אין לאגער ארײן מיט דער ליסטע אין דער האנט און ער האט פארארדנט דעם ײדישן פאליסמאן, ער זאל אים ארויםרופן די צען מאן פון דער ליםטע. מען האט די דאזיקע אומגליקלעכע, צװישן זײ מיץ ברודער װאלף, ארויםגענומען פון די בעטן, װײל זײ האין געארבעט נאכט־שיכט. דאס שײדן זיך מיט מײן ליבן ברידער װעל איך נישע פארגעםן. מיר האבן זיך געהאלדזט, געקושט און געװײנט׳ װיסנדיק, אז מיר שײדן זיך אויף אײביק. די פאליסלײט האבן מיך אװעקגעריםן• די לעצטע װערטער פון מײן ברודער װאלף זענען געװען־ ״שלוס, מיר איז נישט באשערט איך זאל איבערלעבן׳ אויב דיר װעט זײן באשערט איבערצולעבן• זאלסטו דאם קײגמאל נישט פארגעסן און אלץ דערצײלן מייגע צװיי פעטערם יאםל און קלמן־איטשע האבן געמאכט א מנין. מײן פעטער קלמן־איטשע האט געזאגט קדיש נאך מײן ברודער. איך האב נאך דענצמאל נישט געטארט זאגן קדיש, װײל איך האב נאך אלץ געהאפט, אז מײנע עלטערן לעבן ערגעצװ אין א לאגער•