Original scan
Original memorial-book scan 424
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-33

847 פנקםכמיעלניק 848

passage_0792fbd5d19339ff1e609cbb
Passage 2normalized OCR · source chars 35-1442

איך װיל דא דערצײלן אן עפיזאד װאם האט פאםירט אין םקארזשיםק און האט געשטעלט אויף די פים דעם גאנצן לאגער. אין כמיעלניקער באראק װערק א׳ האט זיך געפינען לאלא מענדלעװיטש, א קרובה פון מאיר־זלמנם. זי האט געארבעט בײם מײסטער קראוזע אין דער פאבריק ״נײ אינפאנטערי״ — נאבאיאװניא. דארט איז געװעון די לעצטע ארבעט בײם אויס־ ענדיקן די אמוניציע. פון דאדט האט מען געפאקט דאס געװער און אװעקגעשיקט אויף דעם רוסישן פראנט. אט די אפטײ־ לונג איז געװעזן צום מײנםטן באװאכט. מען האט דארט שטרענג רעװידירט יעדן ארבעטער. איך האב מיט איר געאר־ בעט צוזאמען. זי איז געװעזן מײן בעםטע פרײנדין. מיט א מאל האב איך אנגעהויבן באמערקן, אז זי באהאלט פון מיר עפעם, אז זי טראגט זיך ארום מיט סודות. און װירקלעך איז עפעם געװען: צו יענער צײט האט זי זיך פארבונדן מיט א געװיםן ײדישן בחור מיטן נאמען עדעק, זײער א פעאיקער בחור װאם האט געקאנט שפראכן און האט געארבעט בײ פאר־ שידענע ארבעטן אין לאגער. דער עדעק איז געשטאנען אין קאנטאקט מיט פארטיזאנער און אונטערגרונט־באװעגונג, עדעקן איז נעמלעך אויםגעקומען צו ארבעטן אפט מהוץ דעפ לאגער. בײ דער געלעגנהײט האט ער אנגעקניפט א קאנטאקט מיט דער אונטערערד. לאלא מענדעלעװיטש האט פון צײט צו צײט אויף א שטרענג געהײמען אופן ארויםגענומען פון דער פאבריק פארטיקע אמוניציע׳ בעיקר קוילן צו רעװאלװערן בײ װעלכע זי האט געארבעט און איבערגעגעבן עדעקן. יענער האט עם ארויסגעשמוגלט מחוץ דעם לאגער. אזוי האט געדוי־ ערט א צײט ביז אין א געװיסן טאג האט ער, לויט דער אנװײזונג פון דער אונטערגרונט, געדארפט אנטלויפן פון לאגער צוזאמען מיט לאלאן.

passage_b2f48afce014acbe9d858324
Passage 3normalized OCR · source chars 1444-2601

אין דער לעצטער נאכט האט ער געמאכט .אלע צוגרײטונגען צום אנטלויפן. אין דער לעצטער מינוט האט ער לאלאן נישט געקאנט מיטנעמען און אלײן אװעק. דוען ער איז שוין געהאט אדורך אלע װאכן און זיך שוין געפונען אויםערן לאגער, האט אים אבער אײנער פון די אונטערגעקויפטע אוקראאינער װערק־שוצן פאראטן און אלארמירט די גאנצע װאך. מען האט אים גאכגעיאגט. ער האט געשטעלט א װידערשטאנד מיט געװער אין האנט און האט פארװונדעט עטלעכע פון זײ. לםוף האט מען אים געכאפט. א געשלאםענער אין קײטן האט מען אים געברענגט אין לאגער אויף דער ס.ס.־װאכע. דארט האט מען אים געפײניקט אויף א בארבארישן אופן ער זאל אויס־ געבן זײנע מיטהעלפערס. ער האט זיך גוט געהאלטן און נישט אויםגעגעבן. אין זעלביקן טאג איז אראפגעקומען קײן םקאר״ זשיסק די הויפט־ם.ס. פון ראדאם מיט שפיר־הינט װעלכע האבן אנגעװיזן אויף דער טויט־בלאסער און דערשראקענער לאלא מעגדעלעװיטש. די ס.ס.־לײט האבן זי באלד פארנומען און נאך א גאנץ קורצער אויספארשוגג געשלאםן אין קײטן און צוזאמען מיט עדעקן אדורכגעפירט דעמאנסטראטױו אין דעם לאגער, איבער אלע װערקן ״למען ישמעו ויראו״. שװארץ זענען געװעזן ױיערע פנימער, אבער שטאלץ מיט אויפגעהוי• בענע קעפ האבן זײ אויסגעשריגן ״זאל לעבן דאס ײדישע פאלק: געמט נקמהז״ — מיט אט די אויםרופן זענען זײ געפירט געװארן צום טויט.

passage_089f77d156fbd16c16768ddc
Passage 4normalized OCR · source chars 2603-3721

בײם פאקן אמוניציע האט מען זיך באנוצט מיט װײםע שטארקע טאשמעם. מיט די טאשמעס האבן פיל העפטלינגען זיך געהאלפן, דאם פארקויפט און באקומען ברויט אדער אנדערע זאכן צו שטילן דעם הונגער. איך האב אמאל געפרװוט נעמען די טאשמעם און אויפן קערפער זײ באהאלטן. נאך דער ארבעט בײם רעװידירן האט מען די טאשמעס בײ מיר געפינען. איך בין גלײך ארעסטירט געװארן און בײ יער אגװעזנהײט פון 10.000 מענטשן האט מען מיך באשולדיקט אין םאבאטאזש. אלע זענען געװעזן זיכער אז איך גײ צים טײט. צװײ װאכן בין איך געװעזן אין דער װאך־תפיםה אין א סעפאראטער צעלע. צװײ מאל האט מען מיך געפארשט און געשלאגן ביז בלוט און װײטער פארשפארט אין צעלע• שוין פארן אויםפירן דעם טויט־אורטײל האט זיך בליץ שנעל דערנענטערט די סאװיעטישע ארמײ אויף די פוילישע ױעגן. צוליב דער געשאפענער לאגע איז מײן ם.ם. פארשער באטורע אין פחד אנטלאפן פון לאגער. די געבליבענע זענען געװארן דעזאריענטירט און צוליב א טעות מיך באפרײט. אלע כמיעל־ ניקער זענען געװעזן זיכער, אז איך לעב נישט. אין דער צײט האט מײן בעםטע פרײנדין עדזשא קאץ, א געבוירענע פון אפט, אין מיר גישט פארגעסן, זיך געשפארט פון איר ארעם עסן, אויף א געהײמען אופן מיר געהאלפן און בײם לעבן דערהאלטן. איצט געפינט זי זיך אין לאס־אנזשע־ לעם, אמעריקע.

passage_edc07cab458f26cc263b0fe5
Passage 5normalized OCR · source chars 3723-4746

נאך א פאל, װאס איך געדענק זײער גוט: פון װערק ״בע״ זענען אנטלאפן צװײ מעגער, האט מען אלע מענער .ארויםגענומען, אויםגעשטעלט אין רײען און יעדן צענטן געפירט צום שיסן. דער לעצטער פון די צום טײט״ געפירטע איז געװעזן העניעק צוקערמאן פון כמיעלניק׳ 13 יאר אלט. אלע האבן געמוזט פארן טויט גראבן פאר זיך אלײן קברים אין װאלד. אין יאר 1944 מיטן דערגענטערן זיך פון פראנט האט מען אריבערגעפירט אלע פאבריקן און די מײםטערם מיט די שקלא״ פן־ארבעטער קײן טשענםטאכאװ. עם האט אב*ר נישט לאנג געדויערט און םאװיעטישע עראפלאנען האבן אנגעהויבן באמבארדירן. די דײטשן מיט די אוקראאינער האבן אנגעהויבן אנטלויפן און נאד באװיזן מיטצונעמען פיל טויזנטער העפט־ לינגען׳ צװישן זײ אויך כמיעלגיקער. איך מיט נאך אנדערע זענען געװארן באפרײט אין טשענסטאכאװ דעם 16־טן יאנואר 1945. דער ערשטער אפיציר פון דער רויטער ארמײ לויטע־ נאנט קאםיבאראד׳ א ײד פון אדעם׳ װאס האט אלײן פארלוירן זיץ גאנצער פאמיליע, האט אין מיר דערקענט א ײדישקע. ער האט זיך צעװײנט און מיר און נאך פיל אגדערע ײדישע פרויען געהאלפן. ער האט אונדז נאר געבעטן מען זאל נישט אויםגעבן פאר זײנע חברים, אז ער איז א ײד.

passage_2572d6df7e26604699747115