845 פרײדע מאפע־זאנשײן — כמיעלניקער אין סקארזשיסקער לאגער 846 בעסטיאליש באצויגן. פאר יעדן רירן זיך אין דער רײ געשלאגן מיט גומי־שטעקנם ביז בלוט. די אפעלן האבן געדויערט פיל שעהן, אויך װינטער אין די גרעסטע פרעםט׳ האט מען געמוזט שטײן נאקעט און בארװעם אן עםן און טרינקען, בײ הונגער ביז חלשות׳ פאר יעדער באװעגונג אדער װארט זענען די װילדע חױת באפאלן און געפײגיקט אן רחמנות• א זײגער זעקם פרי האבן די אוקראאינישע רוצחים אונדז געפירט צו דער ארבעט, יעדן אויף זײן ארבעטס־פלאץ. בײ דער ארבעט האט געהערשט די היטלער־דיסציפלין. פאר יעדער מינדעסטער נישט־פינקטלעכקײט האט מען צעשלאגן ביז בלוט. פאר פעלערן איז מען דערקלערט געװארן אלס סאבאטאזשניק און ארײנגעפירט אין א םפעציעלער פײניקונגס־ קאמער. פון די מערדערישע קלעפ זענען אפט פיל געבליבן טויט. א זײגער אײנם איז געװעזן אן איבעררײס אויף א האלבער שעה מיטאג. יעדער אײנער האט באקומען א װאסער־זופ. א קארטאפל האט זיך געפונען בײ אײנעם צװישן הונדערט. מימ דעם האט מען געארבעט 12 שעה א טאג, און פאר די קלענ־ םטע שטראף — 16 שעה. אין אװנט נאך דער שקלאפערײ־ האראװאניע האט מען װידער באקומען א זופ מיט 10 דעקא ברויט, װעלכע מען האט זיך נישט פארגינען אױפצועסן.
אפט זענען פארגעקומען שטראף־עקספעדיציעס אין א םפעציעלן פײניקונגס־זאל. מיט אונדז האבן אויך געארבעט פאליאקן׳ נישט אינטעדנירטע, נאר .ארבעטער װעלכע זענען יעדן טאג געקומען פון זײערע װארעמע הײמען, געארבעט אכט שעה פאר געהאלט. די פאליאקן — מענער און פרויען — האבן בײ יעדער געלעגענהײט צוגעטראגן די דײטשע מײסטערס מםירות אויף ײדן. אין אזא פאל האט מען באלד דעם קרבן ארויפגעפירט אין צימער פון די קאניבאלן אין די 3 זונדעלעך פון הערצקע דיאמענט, הי״ד מערדער־מײסטער הערינג און פאװלאװםקי. זײ האבן געשלאגן אן רחמנות מיט די אײגענע הענט ביז טויט. אויף אזא אופן איז אומגעקומען דער כמײלניקער פועלי־צױן עםקן בײרעך גארליצקי און אגדערע. מיך האט מען גענומען אין צימער צום שלאגן צוליב א ״שפאם״ פון א פוילישער קאנטראלערקע. מיר האבן פארענדיקט אן ארבעט׳ איך, לאלא מענדלעװיטש און ציפע זילבערשטײן, און מיר האבן איר געזאגט ״די ארבעט איז גוט פארענדיקט און איבער דער נארמע״. פאר אט דער ״חוצפה״ האט די פוילישע שיקסע אונדז פארמסרט, געװיזן אז עם איז נישט אין ארדענונג, און באלד האט מען אונדז גענומען אין אינקװיזיציע־שטוב. מיר האבן באקומען שרעק־ לעך געשלאגן. װען מיר זענען ארויס און נישט ארויםגעװיזן אונדזער װײטיק, האט דאם נאך מער דערצערנט דער שיקםע, און זי האט געדראט׳ אז מען װעט אונדז ליקװידירן.
בײם ארײנקומען פון א ס.ס.־מאן האט קײנער נישט גע־ טארט אפװענדן דעם קאפ פון דער מאשין. דער מינדעסטער בליק האט גורם געװען צו פעטש און קאפען און טרעטן מיט די פיס. דער אינקװיזיציע־צימער — מיר האבן אים גערופן בלשון סגי־נהור ״דער טאנץ־זאל״ — האט פארמאגט ספעציעלע מכשירים צום פײניקן: בענק אויף װעלכע דער קרבן האט זיך געדארפט אװעקלײגן, גומי־שטעקנס, לעדער־קאנטשיקעם, אײזערנע שטעקנם און ספרענזשינעס. דאס װערק ״בע״, װאס האט זיך געפונען אין א װאלד צוליב קאמאפלאזש־צװעקן׳ האט געהאט זײנע אײגנארטיקע מעטאדן פון פארניכטן און פײניקן. די װאם זענען שװאכער געװארן פון דער ארבעט׳ זענען קראגק געװארן אדער האבן באקומען א בלאםן אויםזען׳ זענען ארײנגעפירט געװארן אין װאלד און דארט דערשאסן געװארן. .אזוי זענען אומגעקומען פיל כמיעלניקער מײדלעך : א טאכטעד פון יחיאל װארשאװםקי : 2 טעכטער פון העשל אפלצװײגן די ױנגע נעמי אפלצװײג האט פונקט געגעסן די לאגער־זופ װען די מערדער זעגען געקומען זי נעמען. זי האט זיך זײ געבעטן ״לאזט מיך כאטש די זופ אויפעםן״. מען האט זי ארויסגענומען און באלד האבן זיך פונדערװײטנם געהערט שאםן. אלע כמיעלניקער אין דעם װערק האבן דעמאלט יאמערלעך געװײנט.
שרעקלעך איז געװעזן דער טויט פון בײלע פערעלשטײן — דוד בעדערם טאכטער. זי איז געװעזן ױנג און שיץ׳ מיט פיל לוםט צום לעבן. זי איז אלט געװעזן 16 יאר — בײ אן אפעל גאנץ פרי האט זי באקומען פון א קאמענדאנט א שטארקן מערדערישן קלאפ מיט אן אײזערנער פאלקע אין באק און איר צעבראכן די שטשענקע. קנאפע צװײ װאכן האט זי דאס געפרװוט אויסבאהאלטן. עםן האט זי נישט געקאנט׳ געגאנגען צו דער ארבעט איז זי מיט די לעצטע כוחות. זי האט געװאלט לעבן. ביז — אין א געװיסן טאג זענען די מערדער געקומען נאך איר. זי האט נאך באװיזן אויסצושרײען פארן טויט: ״ברידער כמיעלניקער׳ אויב איר װעט בלײבן לעבן נעמט נקמה אין די מערדער !״