875 פנקם כמיעלניק 876 כמיעלניקער פליטים מיט כמיעלניקער דעמאביליזירטע סאלדאטן פון דער פוילישער ,ארמײ — לעמבערג 15.10.1939 ליגן : קזשאנזער, לײביש קאזשאל, רעבעקא * פון רעכטס ערשטע רײע זיצןי : נטע מענדראװםקי, לײביש סקראבאצקי, אבא גארליצקי, מאיר פרידנסאן, יצחקפרידמאן, משה קװאשניעװםקי, יהושע װארשאװסקי, יאנקל זשערניצקי פון רעכטט צװייטע רײע שטײען : בצלאל, הערשל מילער, מאיר גארליצקי, הערשל װארשאװסקי, שמואל אונגער, שלמה קאץ, אליעזר אונגער, יאםל נײמאן, זיסמע פינקלשטײן ז פון רעכטס דריטע רײע שסײען : אומבאקאנט, משה־נטע שטײנבערג, שמואל קויפמאן, שמואל ביאלאגורסקי, שמעון קויפמאן, אפרים גאלדשטײן• קויפמאן, א. גאלדליםט, נחום גארליצקי
הגם קײנער פון אונדז האט נישט געקאנט די מלאכה פון האקן װעלדער, האבן מיר װי נישט איז זיך צוגעפאסט — יעדער צו .אזא ארבעט, װאם איז געװען פאר זײנע כוחות. איך האב געארבעט מיט א האנט־זעג, געזעגט די אפגעהאקטע בײמער אויף שטיקער צו צװײ מעטער, ברוך שװיטשניק האט מיט א האק גערײניקט די בײמער פון די צװײגן אדער האט צוגעגרײט די בײמער צום אונטערזעגן. ישראל סאמבורסקי מיט משה לעשמאן האבן געארבעט מיט א גרויסער האנט־זעג בײם האקן די בײמער• לײב יאסל שטײנבערג האט די צעזעגטע קלעצער געזאמלט אויף אײן ארט. לײבל םוכעצקי האט גלײך אנגעהויבן צו ארבעטן אין סטאליער־װארשטאט. אברהם מילער האט באלד פון ערשטן טאג זיך געפילט זײער שװאך און איז געבליבן צװישן די שװאכע בײ די ארבעטן אין לאגער גופא• לוסטגארטן, װאס איז פון דער הײם געװען א װאלד־ םוחר, האט געארבעט בײם מעסטן דאס האלץ. אפגעארבעט עטלעכע װאכן, זענען אין לאגער אראפגעקו־ מען ענקאװודיםטן און אנגעהויבן אונח ״פארשך. די אויס־ פארשונגען זענען פארגעקומען בײנאכט, נאך א גאנצן טאג
שװער ארבעטן און הונגערן. נאך עטלעכע נעכט מאטערן מיך, האב איך אלץ געחתמעט װאם זײ האבן פארלאנגט פון מיר : איך האב געחתמעט, אז איך בין אריבער אומגעזעצלעך די רוםיש־דײטשע גרענעץ, הגם כ׳בין קײן לעמבערג אנגעקומען נאך אײדער די םאװיעטן זענען אהין ארײן; כ׳האב אויך געחתמעט, אז מיץ פאטער איז געיװען א קאפיטאליסט און עקםפלאאטאטאר פון ארבעטער — אזוי האבן די אויםפארשער דיקטירט און כ׳האב נישט געהאט קיץ כוח זיך אנטקעגנצו־ שטעלן, װײל כ׳בין געװען מיד פון דער ארבעט און הונגעריק צוליבן װאך־זײן אין די נעכט. מיט דער צײט איז דאם עסן געװארן אלץ ערגער. צום רויכערן האט מען אין גאנצן נישט באקומען — די אנפירערס פון לאגער האבן די אזוי אויך מאגערע צוטײלונגען פאר־ קזיפט אויף שװארץ פאר געלט אדער מלבושים. איך בין געװען צופרידן װאס איך בין נישט קיץ רויכערער — ליידנ־ שאפטלעכע רויכערער האבן אװעקגעגעבן פאר א ביםל טאבאק אפילו דאס מאגערע עסן. קלאגן זיך איז נישט מעגלעך געװעז• אײןימאל, װען ס׳איז