Original scan
Original memorial-book scan 439
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-415

877 ישראל װײמאן — אין די סאװיעטישע לאגערן 878 געקומען א קאמיסיע, האט מען אונז געגעבן א ביסל בעםער צו עסן, אבער מ׳האט אונדז אנגעזאגט נישט צו קלאגן זיך, װײל די קאמיםיע איז בלויז למראית עין און װעט אונדז נישט בעסער מאכן. כדי צו באקומען אביםל בעםער עםן איז געװען אײן עצה — איבערשטײגן די נארמע. די מעשה איז אבער געװען׳ װאס צומארגנס איז די נארמע פארטאפלט געװארן און אונדזערע כוחות האבן נישט אויסגעהאלטן אין דעם געיעג.

passage_29273a6b795270fcbfb0feb5
Passage 2normalized OCR · source chars 417-1992

אין מיטן װינטער האבן מיר באקומען א באפעל צו פאקן די זאכן און לאזן זיך אין װעג אריץ — צופום• דאס עםן װאס מיר האבן באקומען אויף דרײ טעג האט מען אויפגעגעסן אויף אײן סעודה (״אײן מאל באטש אפעסן צו דער זעט און שטארבן״ — איז געװען דער חלום פון אלע לאגערניקעם), און ענדלעך זענען מיר — הונגעריקע און געפרוירענע — אנגעקומען צוריק אין ערשטן לאגער פערעבארי. דארט האבן מיר װידער געטראפן מאסן פוילישע ײדן, װעלכע מ׳האט פון דעם זאמלפונקט גענוי װי אונדז געשיקט צו פארשײדענע ארבעטן אין װאלגאסטרוי. צװישן זײ האבן מיר װידער געטראפן כמיעלניקער, מיט װעלכע מיר זענען פריער געװען צעשײדט־ ױסף װײל, אביגדור שטרום, די ברידער שטײנ־ פעלד א״א. פון דאנען האט מען אונדז אפגעשיקט אין לאגער אוגליטש — א לאגער פון 30 —40 טויזנט פארשיקטע װו די באדינגונגען זענען געװען פיל ערגערע װי אין דעם ערשטן מקום. מיר זענען אנגעקומען אין לאגער נומער 1 און נאך א מעדיצינישער אונטערזוכונג האט מען צעטײלט די ארבעטער אויף צװײ קאטעגאריעם — שװאכע און געזונטערע. איך און ברוך שװיעטשניק האבן געהערט צו דער צװײטער קאטע־ גאריע, די איבעריקע כמיעלניקער — צו דער ערשטער. איך מיט שװיעטשניק זענען דעריבער אפגעשיקט געװארן צו אן ארבעט אין לאגער װו מ׳האט נישט געלאזט אהײם אײדער מ׳האט געענדיקט די נארמע. די נארמע איז געװען צו גראבן זיבן מעטער געפרוירענע ערד, א מעטער די טיף בײ דער װאלגא, און דאס בײ דרײםיק גראד פראסט. דעם רוב טעג זענען מיר נאך דער ארבעט פארנאכט געבליבן אין דרויםן׳ װײל מער װי פינף פראצענט פון דער נארמע האבן מיר בײם בעסטן װילן נישט געקענט אויםפירן. אײן מאל אין א פאר־ נאכט, װען מיר זענען אנגעקומען צום טויער פון לאגער איז שוין דארט געװען א באפעל אונדז נישט ארײנצולאזן. מיר װאלטן זיכער פארפרוירן געװארן אין יענער נא:ט, װען דער

passage_7b38c184720f967e5b36cb3d
Passage 3normalized OCR · source chars 1993-2902

פירער פון לאגער, א ײד מיטן נאמען חפץ, װאלט זיך נישט אויף אונדז דערבארעמט. אין האלבער נאכט האט מען אונדז ארײנגעלאזט• דאם האט אזוי געדויערט א חודש ביז צװײ — ביז ם׳אױ אראפגעקומען א קאמיסיע פון מאםקדוע און פעםטגעשטעלט, אז כמעט קײן אײנער פון אונדזער גרופע איז מער נישט מםוגל צו קײן שװערער ארבעט, און האט פארארדנט אונדז צו באשעפטיקן בײ פארשידענע מלאכות אין לאגער גופא. א טײל זענען אויך באפרײט געװארן אויף א חודש פון דעד אלתר גאלדשטײן אין דער ענגלישער ארמײ 1945 אלס דאלמעםשער אין בערלין צװישן די רוסן אין ענגלענדער ארבעט — צװישן זײ בין אויך איך געװען. ברוך שװיעטשניק איז אנגענומען געװארן אויף ארבעט אין דער בעקערײ — נאך דעם װי ער האט ״אונטערגעשמירט״ דעם ״נאטשאלניק״ מיט א גאלדענעם זײגער — דעם אײנציקן חפץ, װאס איז אים געבליבן פון דער הײם, א זאך װאס ער האט געהיטן װי .אן אויג אין קאפ׳ װײל דאם איז געװען א מתנה פון זײן טאטן. איך בין אפגעשיקט געװארן אלס קראנקער אין לאגער נומער 1, װו כ׳האב װידער געטראפן כמיעלניקער.

passage_9cb943aafd551b2a52b2fc17
Passage 4normalized OCR · source chars 2904-3899

אין משך פון די װײטערדיקע אנדערהאלבן יאר בין איך אויסגעװען אין נאך כל המינים פארשיקונגס־ערטער. געהונ־ גערט, געליטן און געקרענקט — אזוי לאנג, ביז די פוילישע בירגער זענען באפרײט געװארן אין רעזולטאט פון שיקארםקי־ אפמאך. מיר האבן זיך מאביליזירט אין דער אנדערס־ארמײ. פאר א ײד איז אבער נישט געװען אזוי לײכט אנגענומען צו װערן. צװישן די כמיעלניקער, װאם זענען יא אנגענומען געװארן און נאך לאנגע װאנדערונגען אנגעקומען דורך פערםיע און איראק קײן ארץ־ישראל, זענען געװען: אלטער גאלד־ שטײן, חנינא גאלדשטײן, אפרים גאלדשטײן, אביגדור שטרופ. ברוך שװיעטשניק, חנן לעװינשטײן, ױםףמארטין, משהדאמב, מענדל מאלי, אליעזר, דוד שמריהם זון. אויך איך בין אנגע־ נומען געװארן. אין לעצטן מאמענט בין איך אבער קראנק געװארן אויף טיפוס. מ׳האט מיר אראפגעזעצט פון צוג אדן כ׳בין געבליבן אין רוםלאנד, ביז ם׳האט זיך אנגעהויבן די רעפאטריאציע קײן פוילן. אנגעקומען קײן פוילן, איז מײן ערשטער װעג געװען — קײן כמיעלניק. געזען דעם חורבן פון אונדזער שטאט, האב איך זיך אויפגעהויבן, אװעק קײן ארץ־ישראל און זיך מאבילי־ זירט צום קאמף פאר ישראלם פרײהײט.

passage_edd05077435ce364e5172786