בנצימ װײצמאו / מײנע מלחמה־װאנדערונגעו איבערןרצטנפארבאנד (נױ־יארק) דעם גאנצן זומער 1939 האט זיך געפילט א מלחמה־שטי־ מונג. אין דער פרי האט מען אפגעװארט די צײטונגען בײ אנשל זײגערמאכער׳ װעלכע האבן זיך שנעל פארקױפט. מיט אײן מאל, װי פון הימל אראפ איז געקומען די נײעם, אז די םאװיעטן האבן געשלאסן אן אפמאך מיט היטלערן. פאר דער כמיעלניקער ױגנט װעלכע איז געװען לינק געשטימט׳ איז די נײעס געקומען װי א דונער. באלד האט מען אנגעהויבן טײלן מאביליזאציע־צעטלעך. אויך זעליק דרוקאזש, װעלכער איז געװען װי אלע זײנע ברידער אן אויםגעדינטער םאלדאט, האט זיך ערנםט באטײ־ ליקט אין צעטײלן די צעטלעך. אין מארק האבן זיך געזאמלט רעדלעך ײדן און מען האט גערעדט װעגן דער מלחמד״ װאם ברעכט אט־אט אוים. דאנערשטיק אין דער פרי האבן מאבי־ ליזאציע־פלאקאטן באדעקט די װענט אין שטעטל. אין רער פרי, װען איך האב געעפנט די אויגן, האב איך געזען מײן מוטער בײ מײן בעט, װי זי שטײט און וױינט. איך האב פארשטאנען אז מען רופט מיך אויך.
די מאביליזירטע כמיעלניקער האבן באדארפט פארן מיט דער קאלעיקע קײן יענדזשעיאװ און פון יענדזשעיאװ קײן קעלץ. װען מיר זענען אװעק צו דער קאלעיקע׳ באגלײט פין די עלטערן, זענען דײטשע עראפלאנען דורכגעפלויגן איבער אונדזערע קעפ. מיר האבן זיך געזעגנט און ארײן אין דער קאלעיקע. אינעװײניק זײנען שוין געזעסן א םך מאביליזירטע פאליאקן, זײ האבן זיך באלד געלאזט הערן: ״א ײדעלעד׳ מען דארף אײך פטור װערן נאר צוערשט װעלן מיר פטור װערן פון היטלערן, דערנאך פון אײך \״ שמחה יעדװאבנע אט זײ דערויף געענטפערט : ״מיר זענען איצט אלע גלײך׳ מיר גייען איצט פארטײדיקן דאס לאנד אזוי גוט װי איר !״ ערשט דעמאלט זענען זײ שטיל געװארן. אנגעקומען קײן יענדזשעיאװ, האט זיך שוין די מלחמה גוט געמערקט אויף טריט און שריט : און באלד האבן מיר געד׳אט א לופט־אלארם. געענדיקט זיך דער אלארם, איז מען ארײנ־ געקראכן אין אפענע װאגאנען׳ זואס האבן אונדז געזאלט פירן נאך קעלץ• באלד זענען אבער װידער אנגעפלויגן דײטשע עראפלאנען נאך אײדער מען האט געהערט דעם אליארם. יעדער איז זיך צעלאפן אין .אן אנדער װיגקל.
עטלעכע מאל האבן מיר געהאט .אלארמען ביז עם איז געװארן פינצטער, די װאגאנען זענען געװארן אנגעפילט מיט מענטשן, פויערים און צױוילע. מיר, עטלעכע כמיעלניקער, האבן זיך צוזאמענגענומען אין אײן װאגאן מיר זאלן זיך נישט םארלירן אין דעם טומל. דעם זעלבן טאג האט מען אין יענדזשעיאװ באמבארדירט א גרוים הויז. עם זעגען דארמ דערהרגעט געװארן עטלעכע ײדן. שקאצים זענען אװעק פון דער באן אין שטאט ארײן קויפן עסן, האבן זײ געבראכט די נײעם, אז מען קען גארנישט באקומען. אלע הײזער זענען פארקלאפט, מען זעט נישט קײן מענטש אין גאם. מיר האבן זיך דאן צוזאמענגענומען אלע כמיעלניקער, גוײם און ײדן, געהאט א שטיקל אסיפה, װאם צו טאן, וױ אזוי אנצוקומען קיץ קעלץ. ערשט בײנאכט האט אונדזער צוג גערירט, אפגעפארן אביםל׳ אפגעשטעלט זיך, מען האט אנגעהויבן רופן א שװײסער. עס האבן זיך אפגערופן 32 שװײםערס. זײ זענען אװעק פארשװײםן דעם לאקאמאטױו. עם האט גענומען א ביםל און מיר זענען װײטער געפארן. װען עם איז געװארן טאג, האט זיך דער צוג געשטעלט און די קאלעיאזשעס האבן אונדז געמאלדן, מיר זאלן ארונטערגײן פון דעם צוג און זאלן דורכגיץ די סטאציע, װו מיר װעלן נעמען א צװײטן צוג. אויפן װעג האבן מיר געזען ליגן א צעשמעטערטן צוג אויף די רעלסן. אויפגעזעצט זיך אויפן צװײטן צוג און געפארן װײטער.
װאם נעענטער צו קעלץ, האבן די מלחמה־םימנים אלץ מער זיך געמערקט• די טעלעפאן־דראטן זענען געװען צעשטערט, דא און דארט האט מען געזען גריבער פון די באמבעס. די בערג זענען געװען באזעצט פון מיליטער מיט אנגעשטעלטע מאשינען קעגן עראפלאנען. ארונטער פונעם צוג, בין איך אװעק צו מײן משפחה געזעגענען זיך און בײ זײ עפעם עםן. דארט האב איך זיך דערװוםט, אז דער דײטש האט שוין געזאלט ארײנקומען די נאבט נאר מען האט אים צוריקגעקלאפט בײ באזשעטשין. ביז איך האב אפגעגעסן און געגאנגען זיך צושטעלן, האט מען די גאנצע צײט באמבארדירט. מײנע קוזינען זענען מיט מיר מיטגעגאנגען צום מאביליזאציע־ פונקט. עם איז שוין געװען טונקל. דארט איז אבער געװען א שיף אן א רודער. עם דרײען זיך ארום מענטשן, װאכ דארפן זיך צושטעלן אין אנדערע שטעט, און זײ קענען נישט, װײל מען באמבארדירט די װעגן און די סטאציעס. איך האב באשלאסן צו גײן אויף דער כמיעלניקער ראגאטקע, אהײמ־ באפעלן א גרום. פלוצלינג איז געװארן א מהומד״ זענען מיר אויך געלאפן א הײם. צומארגנם האט מען אין גאנצן נישט געקעגט ארויס אין גאם׳ װײל עם זענען בײנאכט פארגעקומען שארפע שלאכטן און די דײטשן זענען אריץ אין שטאט. ײדן װאס זענען געהאט אנטלאפן פון קעלץ און זענען צוריק־ געקומען, האבן דערצײלט שלעכטע דיעם פון כמיעלניק. פרײטיק הא,ט מען שוין געהערט די גאנצע געשיכטע, אז די דײטשן האבן םארברענט דאס בית המדרש און אויםגעהרגעט