Original scan
Original memorial-book scan 44
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1056

79 פנקס כמיעלניק 80 ניק געהערט אין דער ראם פון די ײדישע אויטאנאמישע אינםטיטוציעס אין פוילן׳ צום ועד המדינה קראקע־צויזמיר. צו דער מדינת קראקע־צויזמיר האבן געהערט די קהילות פון דער װאיעװאדשאפט קראקע׳ צויזמיר (סאנדאמיעזש), א טײל פון קויאװי און לענטשיץ און א צאל קהילות פון דער װאיעװאדשאפט רײםן און בעלז. קראקע און סאנדאמיעזש זענען געװען דער צענטער פון דער מדינה. אין א געװיסער צײט ארום, אין 17־טן י״ה פאלט די העגעמאניע פון קראקע. נאך א שװערן׳ אינערלעכן קאמף אין ועד המדינה װערט קראקע א זעלבשטענדיק־אדמיניסטראטױוע אײגהײט. דאס רבנות פון דער מדינה װערט צעטײלט. דער קראקאװער רב איז רב אין א האלבער מדינה׳ און אין דער צװײטער העלפט איז מכהן דער רב פון פינטשעװ אדער װאדזשיסלאװ אלם רב מדינה. די זיצונגען פון ועד קומען פאר אין פיגטשעװ׳ װאידזשיםלאװ׳ םטאפניצע און נאך דעם אין כמיעלניק. אין ועד המדינה איז די קהילת כמיעלניק געװען אין צוזאמענ־ שטעל פון ועד הגליל שידלאװ צוזאמען מיט פאלגנדיקע 17 קהילות: שידלאװ׳ רימאנאװ׳ זשמיגראד׳ טארנאװ (טורנע), דוקלע׳ נאװע־מיאםטא׳ פאצאנאװ׳ אלעשניצא׳ זשאבנא׳ ראקאװ׳ דאמבראװא׳ באגאריא׳ װישליצא׳ םטאפניצע׳ קוראזווענקי׳ פאלאניעץ׳ םטאשאװ.

passage_d3d47005c978aafcfd1023d3
Passage 2normalized OCR · source chars 1058-1682

בראש פון דאזיקן ועד איז געשטאנען דער רב הגליל אץ פרנם הגליל. אין 17־טן און 18־טן י״ה איז דאם זיצארט פון ועד הגליל געװען אין כמיעלניק און דארט איז ער זיך אויך צוזאמענגעקומען אויף זיצונגען. די תקנות׳ פסקי־דין און החלטות זענען אײנגעשריבן געװארן אין די פנקסים פון די ראשים און דײנים פון דער מדינה׳ צום באדויערן איז פין זײ קײן זכר נישט געבליבן. א שװערע צײט האבן ײדן אין כמיעלניק דורכגעלעבט בעתן פויליש־שװעדישן קריג. די קהילה איז פארניכטעט געװארן. די חײלות פון פוילישן העטמאן טשארניעצקי װעלכער האט באשולדיקט די ײדן אץ העלפן די שװעדן׳ האבן אין יאר 1656 אומגעבראכט קרוב 150 ײדף■). צװישן זײ איז אױך געװען דער כמיעלניקער רב׳ ר׳ יצחק.

passage_bd045ed59f36dd97c764e536
Passage 3normalized OCR · source chars 1684-2587

אויף דער זיצונג פון ועד המדינה׳ װעלכע איז פארגעקומען אין כמיעלניק אין יאר ת״ן (1690), האט זיך אויך באטײליקט דער רב אב״ד פון קראקע׳ ר׳ אהרן תאומים׳ מחבר םון ״בגדי אהרן״ און ״חישן אהרן״, װעלכער איז קורץ פאר דעם אויפיענומען געװארן אלם קראקאװער רב (פריער איז ער געװען רב אין װארמס). שבת׳ פרשת מםעי נאך מנחה זענען געקומען אין זײן אכםניה זעלנער און אן שום סיבה אים אנגעהויבן שלאגן מיט אכזרױת׳ ארעסטירט און אװעק־ גענומען צום פולקאװגיק םטראװניק. אויפן װעג איז דער רב עטלעכע מאל געפאלן פון די כוחות׳ ביז ער איז נפטר געװארן אויפן װעג. צומארגנס׳ זונטיק׳ האט מען דעם פאר־ פײניקטן רב אװעקגעפירט פון כמיעלניק קײן פיגטשעװ׳ װײל מ׳האט מורא־געהאט אים קובר צו זיץ אויפן בית הקברוח אין כמיעלניק. אן אויםטערלישער פאל איז אויך געשען בעת דער זיצונג פון ועד הגליל׳ װאם איז פארגעקומען אין כמיעלניק׳ אין חודש תמוז׳ שנת תל״ו (1676). אײנער פון די אנטײלנעמער׳ הרב אהרן שמואל קײדאנאװער איז נפטר געװארן אין י״ט תמוז׳ בשעת דער זיצונג.

passage_d37955dc349ad479dd73acab
Passage 4normalized OCR · source chars 2589-3638

נאך די מלחמות האט זיך אנגעהויבן אין די אויטאנאמישע איגםטיטוציעם׳ ארײנגערעכנט אין ועד המדינה׳ א פראצעם פון שפאלטונגען און מחלוקתן צװישן קראקע און דעם ועד המדינה: געלט־מיםברויכן׳ מאכינאציעם פון די תקיפיײ. קאמף צװישן די קהילות פאר העגעמאניע. קהילת פינטשעװ האמ פארכאפט די מאכט׳ האבן אירע ראשי הועד און רבגים אויםיענוצט דאם פאר זײערע צװעקן. די חובות זענען געשטיגן. די שטײערן האבן געלאםטעט אויף די קהילה־ מיטגלידער אזוי װײט׳ אז זײ האבן זיך געקלאגט פארן צויזמירער װאיעװאדא װעלכער האט אין יאר 1754 דעלעגירט קאמיסארן צו דער זיצונג פון ועד םטאפניצע. אויף אט דער זיצונג זענען אנגענומען געװארן החלטות אויםצובעםערן דעם מצב׳ בפרט די געלט־ענינים. די החלטות האבן אבער װײניק געהאלפן׳ װײל ס׳האט געפעלט דער כוח װאם זאל צוימען די תקיפימדיקע ראשים. לויטן באריכט פון יאר 1764, װען ס׳זענען ליקװידירט געװארן די אויטאנאמישע אינםטי־ טוציעם׳ האבן די ראשי ה־עד גענומען פאר זײערע הוצאות אין די יארן 1754 ביז 1763 — א סומע פון 897,607 זלאטעס׳ אבער בלויז אויף 541,406 זלאטעם האבן זײ געקענט צושטעלן חשבונות. די חובות פון ועד המדינה אין יאר 1764 האבן באטראפן 338,089 פוילישע זלאטעס.

passage_13fcb652c31fd04f3ff30581
Passage 5normalized OCR · source chars 3640-4672

אין 17־טן י״ה האבן כמיעלניקער ײדן געהאט אין זײערע הענט דעם האנדל מיט תביאות׳ בהמות און האלץ. אין 1632 האט פסח יהודה פון כמיעלניק דורכגעפירט גרויסע געלט־ טראנזאקציעם אויף פארשײדענע יארידן׳ באזונדערם אין לעמבערג. אין כמיעלניק גופא זענען אין דער העלפט פון 18־טן י״ה פארגעקומען יארידן אויף װעלכע עס זענען פארקויפט געװארן גרויסע קװאנטומם טוכן פון שלעזיען, פדאנצויזישער סאמעט׳ אדאמאשעק און לײװנט. די אטמאספער אין יענע טעג איז פאר ײדן אין שטאט געװען א גוטע — א ליבעראלע. די באפעלקערונג׳ װאס איז צענטליקער יארן געװען באאײנפלוסט פון אנטי־קאטוילישע םעקטעס װי די אריאנער — איז נישט געװען נוטה צו ײדן־שנאה׳ אויך דאן װען די קאטוילישע קירכע האט נאכן גירוש פון אריאנער באהערשט די שטאט. ײדן אין כמיעלניק האבן נישט געליטן מצד מיעשטשאנעס אין רעכטלעכער באציאונג׳ װי אונטער־ דריקונג און באגרענעצונג אין האנדל, מלאכה אדער באגרע־ נעצונג פון װוין־רעכט פאר די אײנגעזעסענע און געקומענע פון דער פרעמד. צום טאג־טעגלעכן לעבן פון יענערצײטגעהערטפאלגנדיקע געשיכטע װאם האט געפונען אן אפקלאנג אין פארשײדענע םפרים : סוף פון 18־טן י״ה האט א כמיעלניקער ײד מיטן נאמען

passage_b5c4d625f4cb80ce1be4a735