Original scan
Original memorial-book scan 442
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-890

883 פנקם כמיעלניק 884 האבן אנגעװיזן אויף ײז־ן. מען האט געכאפט צו דער ארבעט׳ געשלאגן און ארונטערגעװארפן פון צוג. אין קלימענטאװ איז געװען א שטילקײט, װאס האט יעדן געשראקן• ױנגװארג האט אויך דא זיך געגרײט אין װעג ארײן און געװונטשן אונדז א גליקלעכע רײזע, אויף דער נאכט זענען מיר אנגעקומען נאך סאנדאמיעזש. דא האבן זיך צו אונדז אנגעשלאםן עטלעכע מײנע פרײנט װאם האבן געדינט צוזאמען מיט מיר אין מיליטער, און מיט אונדז מיטגעפארן. צומארגנם װען מיר זענען אװעק צו דער באן און געגאנגען קויפן באן־בילעמן צו פארן נאך לעזשאגםק׳ האט דער קאםירער׳ װעלכער האט געקענט די סאנדאמיעזשער, זײ געראטן, זײ זאלן בעסער פארן קײן פשעמישל. עס איז שוין געװען גאכט, װען מיר האבן זיך דערנענטערט צו פשעמישל. אנגעקומען אויפן ארט האבן פויערים אונדז אפגעװארט און צוגעזאגט, אז זײ פירן אונדז אריבער די נאכט דורך דער גרענעץ פאר א קלײנעפ אפצאל. מיר, האבן גלײך אײנגעשטימט. עם האט נישט לאנג גענומען, זענען מיר געװען בײ א פויער אין שטוב.

passage_b851066e7891af22130b7cb8
Passage 2normalized OCR · source chars 892-2472

אכט טעג זעגען מיר דארטן געװען• דורך דער צײט האבן מיר זיך דערװוסט, אז מ׳קען דארט נישט אריבערגײן די גרענעץ און די פויערים האבן א פרנסה זיך געמאבט פון די אומגליקלעכע ײדן, װעלכע װילן אריבער די גרענעץ. מיר האבן געהאט באשלאםן צוריקצופארן אהײם. דא איז װידער געשען עפעם אזוינס, װאס האט מיך געפירט אויף א גליק־ לעכן װעג. װען עם איז שוין געװען גאנץ טונקל אויף דעם קלײנעם װאקזאלעכל װו מיר האבן געװארט, האב איך באמערקט, א סימפאטישע ײדישע פרוי אין די מיטעלע יארן. איך האב געכאפט מיט איר א שמועם, און זי האט מיר געראטן צו פארן נאך לעזשאנסק, װו ס׳איז לײכטער אריבער־ צוגײן די גרענעץ. װען מיר האבן ארויסגעשטעקט דעם קאפ פונעם װאקזאל, האבן מיר געזען אן אויפשריפט : הויז פאר הײמלאזע. זענען מיר צו א קוק טאן. א גוי מיט א בײז פנים האט אונדז פארקויפט טײ מיט זעמל. און בײ אים האבן מיר זיך אויך דערװוסט, אז מיר דארפן צוגײן צום מאגיםטראט און פאר 50 גראשן קריגט מען א ״פשעפוסטקע״ אריבער־ צוגיץ דעמ בוג. װען מיר זענען ארוים אין דרויסן, האט אונח אפגעװארט א ײד און פארגעלײגט צוצוגײן צו אים אין הויז און ער װעט אונדז מאכן די פשעפוסטקעס. 12 א זײגער בײטאג האט דער ײד אונדז געפירט אין מאגיםטראט ארײן אפצונעמען די פשעפוסטקעס. דארטן האבן אונדז די דײטשן רעװידירט און אזוי וױ מיר האבן גארגישט געהאט קיץ װיכטיקס, האבן זײ גארנישט בײ אוגדז צוגענומען. נאכן רעװידירן האט מען אונדז ארײנגעלאזט אין הויף און דארטן האבן מיר ערשט געטראפן א גרויסע גרופע כמיעלניקער, אפשר א 30 מאן. מיר האבן זיך מיט זײ דערפרײט. אין דרויםן האבן געװארט פויערים מיט װעגענער אונדז אװעקצופירן. אבער באלד װי מיר זענען אװעקגעפארן פון מאגיסטראט, האבן דײטשן מיט ביקםן אונדז באגלײט, די פויערים האבן אפגעשטעלט די פירן און די דײטשן האבן אונדז געהײסן באצאלן צו

passage_3f9702e74c77e9d573e40aee
Passage 3normalized OCR · source chars 2474-4081

צװײ זלאטעס. מיר האבן נישט געהאט קײן עצה און געמוזט באצאלן. צוגעקומען צו דער בריק, װעלכע איז געװען א פראװיזארישע, האבן מיר װידער געמוזט צאלן צו 20 גראשן פאר א מאן. אריבער דאס װאסער, האבן מיר זיך געפונען אויף דעם נײטראלן פאם, ס׳הײםט װו די דײטשן טארן נישט האלטן קײן מיליטער, אבער די דײטשע מאכט האט דארט רעגירט צוזאמען מיט דער פוילישער פאליצײ, װאס האט געדינט די דײטשן. אויף דעם פאס האבן געװוינט אסך ײדן, װאם מען האט געהאט ארויסגעטריבן פון שטאט. אײנער פון די כמיעלניקער האט געהאט אן אדרעם צו אן ארנטלעכן ײד, װו צו נעכטיקן, האבן מיר זיך אי*ע אהין געלאזט גײן. דארט האבן מיר פארבראכט ביז שפעט אין דער נאכט ארײן און אביםל געכאפט א שלאף אויף דעם דיל און אויף צו מארגנס האט דער ײד אונדז געדונגען דרײ פירן צוצופארן צו דער גרענעץ. עם איז געװען בײ 30 קילאמעטער. ער האט שוין געהאט זײנע ארנטלענע גוײם, װאס האבן באדארפט נישט דערלאזן, מען זאל אונדז ראבירן אויפן װעג. אויפן װעג האבן אונדז טאקע אפגעװארט דרײ אוקראאינער פויערים מיטן צװעק צו ראבירן. זײ האבן אבער נישט געװאגט׳ װײל מיר זענען געװען א גרויסע גרופע. מער װי דרײםיק מענטשן, און אויך די פויערים פורמאנעס זענען געװען מיט אוגדז. אנגעקומען צו דער גרענעץ האבן אונדז אויפגענומען א פאר אוקראאינער פינעם דארף מיט אן אנפירער. ער האט צו אונדז גערעדט פרײנטלעך װי צו קונים בײ װעלכע מען װיל לײזן געלט. זײ האבן אוגדז ארײנגעבעטז אין די כאטעס, מיר זאלן נישט זיץ אין דרויסן, און װען עס װעט װערן פינצטער, װעט ער אונדז אריבערפירן די גרענעץ. דורכן פענצטער האט דער אוקראאינער באמערקט דײטשע אפיצירן, האט ער אונדז געזאגט, אז ער מוז ארויםגײן זײ מעלדן. די אפיצירן האבן אונדז גענומען אין דער קאמאנדע דורכצופירן בײ אונדז א רעװיזיע. מיר האבן זיך אויסגעשטעלט אין א לאנגער רײ און זײ האבן נאך געפונען

passage_04c91f3ca8c019bbebbe3f48
Passage 4normalized OCR · source chars 4082-4890

בײ װעמען א פאר זוילן, א שטיקל זײף, א פאר שיו און נאך אזוינע קלײניקײטן, וױיל קיץ װיכטיקע זאכן האט קײנער נישט געהאט. עם האט אונדז אבער מער געשראקן דאס, װאם דער קאמענדאנט האט אונדז געזאגט, אז די רוסן לאזן נישט אריבער, זײ שיסן, און די דײטשן לאזן נישט גיץ צוריק. מיר זענען שוין געװען גרײט אריבערצוגיץ, דא איז אבער ם׳גאנצע דארף שקצים אנגעקומען און געװאלט בײ אונדז געלט. אלע זענען געװען שותפים צו דעם געשעפט, האט יעדער געצאלט צו 10 זלאטעס. עם זענען געװען בײ א צװײ הונדערט מענטשן, האט מען זיך צעטײלט אין קלײנע גרופעם. אונדזערע במיעלגיקער האבן זיך געהאלטן צוזאמען אין אײן גרויסער גרופע, װײל קײנער האט זיך נישט געװאלט צעשײדן. מיר זענען אװעק• א שמאל װאםער איז געװען דער גרענעץ־צײכן׳ מען האט אריבערגעלײגט א ברעט און מיר זענען אריבער דעם ״ים־סוף״. מ׳האט אונדז געהײסן גײן פאױויס, ביז מיר װעלן דערזען ליכט. אלע גרופעס זענען

passage_36c43a3c9449a52053ceadde