Original scan
Original memorial-book scan 443
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-804

885 בנצױן װײצמאן — מײנע מלחמה־װאגדערונגען איבערן ראטנפארבאנד 886 אװעק שנעל און די םאװיעטישע מיליץ האט יעדן פארהאלטן. אונזער גרופע אבער האט זיך באװעגט לאנגזאם און מיר זענען אנגעקומען די לעצטע, אזוי׳ אז די גאנצע מיליץ איז שוין געהאט אװעק און מיר זענען נישט ארײנגעפאלן. װען מיר זענען אנגעקומען אין שטעטל, האבן ײדן אונדז געעצהט גישט צו גײן בײגאכט צו דער באן־סטאציע, װײל עס איז א מהלך פון 15 קילאמעטער און באנדיטן לויערן אויף די װעגץ. אײן ײד האט אונדז פארבעטן צו זיך אין שטוב ארײן איבערצונעכטיקן. צומארגנם האבן מיר שפאצירט אין מארק װו די טורמע איז געװען. אלע יװאס זענען בײנאכט אריבער, זענען געװען פארשפארט אין תפיםה אויף 24 שעה. אזוי איז געװען די פראצעדור. מיר האבן זיך געזען דורך די פענצטער. וװ זײ האבן ארונטערגעקוקט צו אונדז. מיר זענען אװעק צו דער באן און אויף צו מארגנס זענען מיר שוין געװען אין לעמבערג.

passage_2eab872cbcf0143d5954e485
Passage 2normalized OCR · source chars 806-1780

אין לעמבערג זענען מיר אװעק צו כמיעלניקער װאס האבן שוין דארט זיך געהאט אײנגעארדנט. זײ האבן שוין געהאט באקומען פון דער מאכט איבער פליכטלינגען א הײם, װאס איז באשטאנען פון א געװעלב מיט א צימער. עם איז טאקע געװען גאנץ ענג. ם׳איז אבער געװען א װארעמער דעצעמבער, איז נאך געװען נישט שלעכט צו שלאפן אויפן דיל. װאם שײך עסן האבן מיר באקומען ״זופקעס״ מיט ברויט צוגעטײלט צװײ מאל א טאג. געװען אויך נאך א װוינונג״ װאס האט באלאנגט צו פישל גלײט און זײן פרוי. צו אים פלעגט מען אנהויבן ארײנקומען אפטער, װײל אין דער ערשטער הײם איז געװארן ענג. לײבל װילטשיק פלעגט דארטן שטענדיק זיצן מיט זײן טאכטער און אפילו פארדינט געלט אלס פריזירער. אלע װאם זענען נאר געװען נענטער צו פישל גלײט, פלעגן דארט ארײנקומען• דארטן פלעגט מען שמועסן און טראכטן װאם צו טוען. איך האב געפונען א משפחד״׳ פלעג איך ביי זיי נעכטיקן מיט מיין פרוי און א גאנצן טאג פאר־ בראכט אין דער כמיעלניקער הײם. די פעאיקערע האבן זיך גענומען צו האקן האלץ. מען האט גוט באצאלט פאר דער ארבעט, האבן זײ זיך געקויפט זעגן אדן העק און פארדינט אויף לעבן.

passage_9e23939312d22c12281854f6
Passage 3normalized OCR · source chars 1782-2661

אלע כמיעלניקער האבן זיך געהאלטן צוזאמען, געעצהט זיך איינער מיטן צווייטן ווי איין משפחה. עטעלעכע זענען אװעק צוריק אהײם, טײל זענען אװעק קײן דאנבאם אין די קױלן־גרובן. קײן גוטע גרוםן זענען נישט געקומען פוז זײ־ האט זיך קיינער מער נישט געוואלט פארשרייבן. דער גוטער חײם קלײנהענדלער פלעגט אײנטענהען מיט אונדז -. קינדער־ לעך, קיין דאנבאס פארט נישט, ס׳טויג נישט דארטן ! שפע־ טער האט מען אנאנםירט, אז מען קאן זיך פארשרײבן צו פארן נאך רוסלאנד אין פארשידענע ערטער און מען קען אויסקלויבן זיך, װי אונדזערם א גרויםע גרופע האט אויםגע־ קליבן, קאװקאז. מיר זענען אװעק א גרויםע גרופע כמיעלני־ קער, בײ א 30 —40 אין צאל, איבערגעלאזט נאך א סך במיעלניקער אין לעמבערג, װעלכע האבן געהאלטן אז דארט װעט בעםער זײן. אבער לײדער איז דער רעזולטאט דערפון געװען א טרויעריקער. אײניקע זענען אויך צוריק צום דײטש, װי לײבל װילטשיק און יאנקל קויפמאן, װעמענם וױיב איז נאך אים געקומען, און חײם קלײנהענדלער ע״ה מיט זײן זון.

passage_b48f522a19bc91c1a2244d84
Passage 4normalized OCR · source chars 2663-4269

םוף דעצעמבער האט אנגעהויבן צו װערן קאלט און עם זענען געפאלז גרויםע שנײען. דאם װוינען אין דער הײם פון די כמיעלניקער, דאס שלאפן אויף דער פאדלאגע איז געװארן ערגער. דעם גאנצן יאנואר האבן מיר געװארט אויף די פאספארטן, מיר זאלן קענען אװעקפארן. אלץ איז געװאת טײער און מען האט אפילו נישט באקומען צו עםן. אזוי ביזן 1־טן פעברואר׳ דעם טאג װען מיר האבן פארלאזט לעמבערג. א גרויםער עשאלאן איז געשטאנען גרײט אװעקצופירן אונדז, א גרופע װאם האט געצײלט א 15 הונדערט מענטשן. װען מיר זענען געבליבן שטײן ערגעץ אין א שטעטל, זענען צוגעקומען ײדן און מיט אונדז געבאפט א שמועם, װי דער שטײגער, האבן זײ אויף אלעם געענטפערט, אז ס׳איז גוט׳ אבער לויט זײער הולך האט מען געקאנט זעען, אז זײ זענען נישט קײן גבירים. אויפן װעג האבן מיר אויך געטראפן ײדישע אפיצירן, געכאפט א שמועס מיט זײ. עם האט אונדז אימפאנירט צו זעען א ײדישן אפיציר. נאך זיבן טעג פארן׳ זענען מיר אנגעקומען אין א שײנער שטאט׳ גרוים װי קעלץ• געהייסן האט זי פיאטיגארםק. אין א האטעל׳ האט מען אונדז געגעבן א בחינמדיקן מיטאג. צוױי טעג זענען מיר דארט געװען. און דא האט מען אונדז אלע כמיעלניקער צעטײלמ. יעדן האט מען געשיקט אין א צווייט שטעטל. צוזאמען האט מען אונדז נישט געװאלט שיקן. אנגעקומען אין שטעטל, האט זיך מיר געדאבט׳ אז עס זעט אוים ווי אין כמיעלניק. עם איז פאר אונדז שוין געװען צוגעגרײט א װוינונג׳ נאר מען האט אונדז פריער ארײנגעפירט אין דעם אײנציקן רעסטאראן׳ װאס איז דארט געװען. צוליב דער שמחה זענען געקומען עטלעכע נאטשאלניקעס און גענומען זיך צום טרינקען, ווי זיי האבן אונדז דערקלערט איז די שמחה צוליב אונדז. מיר זענען געווען צװײ פארלעך. װען מיר האבן שוין געהאט אויםגעטרונקען א פאר גלעזלעך און געװארן בגילופין׳ האבן מיר אנגעהויבן װײנען׳ האבן זײ אונדז געפרעגט: װאס װײנט איר, עס װעט

passage_56cff8fb4eb112e2f955eab2
Passage 5normalized OCR · source chars 4270-4944

אײך נישט זיין שלעכט ביי אונדז. מיר האבן זיי דערקלערט. אז מיר ווײנען דערפאר׳ וואם מיר האבן איבערגעלאזט אונ דזערע נאענטסטע ביי היטלערן אין די הענט, און װער ווייס צי מיר װעלן זיי שוין אמאל זעען. זיי האבן אונדז געטרייםט און געואגט, אז מיר װעלן זײן גליקלעכע מענטשז בײ זײ• װען מיר זענען ארויס פון רעסטאראן׳ האט געװארט אויף אונדז א דראזשקע און דאם ביםל באגאזש, װאם מיר האבן געהאט. די נאטשאלניקעם האבן אונדז דערקלערט, אז מיר פארן צו אונדזערע וווינונגען. זיי זענען נישט אזעלכע גוטע׳ װײל מען האט נישט געקענט באקומען אויף דער שנעל, נאר אין א פאר װאכן ארום װעלן זײ אונדז געבן בעםעיע וײײ נונגען. ארײנגעקומען אין אונדזערע װוינונגען, האט מען אונדז צעטײלט — יעדעם פארל אין א באזונדער צימער.

passage_00c20b9ed80a25bc16d54623