Original scan
Original memorial-book scan 444
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-674

887 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק איז די צימעה זענעז געװעז צוגעגרײט בעטז אוז אלץ וואס מען דארף אויף דערוױיל צו לעבןי, א ביסל עסנװארג. מיר האבן זיך זײער דערפרייט מיט דעם. נאכן שנאפם טרינקעז האבן מיר זיך צוגעלײגט שלאפן און אויף דער נאכט זענען די זעלבע מחותנים װידער געקומען און װידער געברענגט שנאפס און מען האט װידער געטרונקען. אכט טעג האבן מיר געהאט אזעלכע שמחות. מען האט נישט געארבעט און יעדן אויף דער גאכט פלעגן זײ קומען פארברענגען מיט אונדז. דערוױיל האבן זײ זיך אלץ אויסגעפרעגט װי אזוי מען לעבט דארטן אין די קאפיטאליםטישע לענדער. כאטש מיר האבן גאך קײן רוסיש נישט געקענט, דאך האבן מיר זיך צוזאמענ־ גערעדט — אביסל פויליש, רוסיש; יא פארשטאנען נישט פארשטאנען. קודם האט מען גערעדט.

passage_441421ea15e604bceb5e6398
Passage 2normalized OCR · source chars 676-1778

נאך די אכט טעג האט מען אונדז געהײסן גײן ארבעטן. אלע פיר זענען מיר אװעק ארבעטן אין דער אײנציקער שנײדער־ שאפ װאס איז געװען אין שטעטל. מיר האבן אבער געמוזט ארבעטן בײנאכט, די צװײטע שיכט, װײל בײטאג זענען אלע מאשינען געװען באזעצט• 12 בײנאכט זענען מיר אהײם פון דער ארבעט. די װוינונגען אונדזערע זענען געװען הינטער דער שטאט און מיר האבן געמוזט זיך ארונטערלאזן פון א לאנגן בארג. עס איז געװען װינטער אין פעברואר, און װען דער בארג איז געװארן גליטשיק, האבן מיר זיך געמוזט ארונטער־ לאזן פוגעם בארג, ״נא קוצקי״, װי מען האט עס גערופן אין כמיעלניק. מיר האבן עס געקענט נאך פון כמיעלניק, װו מיר פלעגן אין די שײנע װינטער־נעכט מאכן דעם ספארט פון דעם בארג אויפן װעג פונעם הקדש צום בית־עלמין. איצט איז דאס צוניץ־געקומען. מיר האבן עס יעדן אויף דער נאכט געמאכט בעסער• דאן איז געקומען דער פרילינג מיט די בלאטעם. און אזוי האבן מיר געלעבט אומעטיק, געבענקט נאך אזנדזערע נאענטע. מײן פרוי פלעגט אין די אװנטן זיך צעװײנען, מיר האבן געבענקט נאך אונדזערע נאענטסטע און נישט געװוםט צי מיר האבן צו האפן, זיך אמאל װידער צו טרעפן מיט אונדזערע עלטערן. אזוי האבן מיר געלעבט, אײנגעלעבט זיך אין שטעטל, צוגעװוינט זיך צו די מענטשן און צו די מנהגים.

passage_c1a4039bb5b77e8fab080168
Passage 3normalized OCR · source chars 1780-2665

נדט אונדזערע פרײגט לאנדסלײט האבן מיר אנגעהאלטו קאנטאקט דורך בריװ און אין אנהויב זומער זענען זײ אונדז געקומען באזוכן. זומער האבן מיר געטוישט די װוינונג, שױן נישט אמטערן בארג נאר אויפן בארג. עס זענען צוגעקומען נאך עטלעכע פליטים אין שטעטל. און צו מיר איז אויך צוגעקומען א נאענטער פרײנט פון כמיעלניק. אזוי װי ער האט געװאלט שטיץ מיט אונדז צוזאמען, האבן מיר געדונגען א נײע װוינוגג און געװוינט צוזאמען. בײטאג פלעגן מיר אר־ בעטן׳ א׳ין די אװנטן פלעגן מיר שפאצירן אין גאם װי אין כמיעלגיק, ארויף און אראפ. מיר פלעגן פון צײט צו צײמ דערהאלטן ברױו פון כמיעלניק, אויך א ברױו פון בוענאס־ אײרעס. פיר כמיעלניקער זענען מיר דארטן געװען אין דעם שטעטל, דרײ מענער און מיץ פרוי. אין די זונטיקן פלעגן מיר פארברענגען צוזאמען. מײן פרוי האט צוגעגרײט און מיר האבן געגעםן צוזאמען א הײמיש מיטאג און געטרונקען רוםישע װאדקע. מיר האב אבאנירט די ײדישע צײטונג ״דער שטערן״ פון קיעװ און פלעגן זי דערהאלטן רעגולער יעדן טאג.

passage_71787d49c06cd45d756cecc3
Passage 4normalized OCR · source chars 2667-4290

װען עם האט אנגעהויבן אונדז אביסל בעםער צו גײן, האט זיך װידער געמאכט א מלחמה. זונטיק, דעם 22־טן ױני׳ 12 בײטאג, האט דורכן ראדיא מאלאטאװ אליץ געהאלטן א רעדע, אז די דײטשן זענען אנגעפאלן. און װידער האט עס אויםגעזען פאר מיר דער טאג װי אין כמיעלניק, װען די דײטשן זענען אנגעפאלן אויף פוילן. די זעלבע םצענע. מ׳האט זיך צוגעהערט צום ראדיא, װאס האט געברענגט די לעצטע נײםן פון פראנט׳ די באריכטן זענען נישט געװען קײן גאנץ שלעכטע. די רוםן האבן אונדז פארזיכערט, אז היטלער װעט דא כאפן דעם זעלבן םוף װי נאפאלעאן. לײדער איז אזוי נישט געװען, נאר פארקערט. די דײטשן האבן פארנומען שטעט און מארשירט פארוים. דעמאלט האט עם אונדז שוין אנגע־ הויבן שרעקן. מיר, פליטים, פלעגן זיך טרעפן, קלערן װאס מיר האבן צו טאן און מיר האבן באשלאםן, אז מיר װעלן לויפן, אויב היטלער װעט זיך דערנענטערן. דערװײל איז די מלחמה אנגעגאנגען. מעז האט מאביליזירט. יעדן טאג זענען אנגעקומען מענטשן. אין שטאט איז געװען א מיליטערישער גארניזאן און מען האט יעדן טאג אװעקגעשיקט מענטשן. נאך די ערשטע צװײ־דרײ װאכן קריג האב איך דער ערשטער באקומען א ״פאװיעסטקע״, און איך האב אײנגעפאקט מײן רוקזאק װאם איך האב נאך געהאט פון פוילן. מײן פריי. װעלכע איז געװען אין אנדערע אומשטענדן, האט מיט געװײן מיך באגלײט. דא האב איך אבער געהאט אן איבערראשונג. בײ דער מיליטערישער קאמיםיע האט מען בלויז פארשריבן מײן נאמען און פץ װאנען איך בין געקומען און מיך געהײסן גײן צוריק אהײם. עם האט גענומען װידער צװײ װאכן, און מען האט אוגז װידער גערופן צום מיליטער. מען האט געשיקט אויף ארבעט און די װאם האבן געהאט צעריסענע שיך, און איך בין אויך געװען צװישן די, האט מען װידער אהײמגעשיקט. די װאס מען האט אװעקגעשיקט, זענען נאך צוױי װאכן צוריקגעקומען פון קרעמענטשוג, װו זײ האבן געארבעט בײם מאכן טראנשײען און װען די דײטשן האבן

passage_28f0c0f3af0da15c88a1739f
Passage 5normalized OCR · source chars 4291-4749

זיך צוגערוקט צו דער שטאט האט מען זײ אפגעשיקט צוריק אהײם. עם האט נישט לאנג גענומען און מען האט מיך װידער גערופן און דא שױן אין דער ארמיי אריץ, און מען האט מיך אװעקגעשיקט אין אן ארמיי־לאגער, נישט װייט פון ראסטאװ. דא האט די ארמיי זיך געגרייט צו שטעלן א הארבן װידער־ שטאגד צו פארטײדיקן ראסטאװ. זײ האבן געשאפן אן ארמײ פון בלויז קאמוגיסטישע אפיצירן, האבן זײ אויך געמאכט אז פון די סאלדאטן זאלן נישט זיץ קײן םרעמדע, האט מען אלע געװעזענע באשטראםטע אפגעלאזט און אונדז

passage_a4421ac8e4a3e0880dc884df