Original scan
Original memorial-book scan 445
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-906

889 בגצױן װײצמאן — מײנע מלחמזדװאגדערונגען איבערן ראטנפארבאנד 890 פוילישע האט מען אויך אפגעלאזן. בין איך װידער געװען אין דער הײם. עם האט גענומען נאך א פאר טעג זיגט דעם אנהויב פון דער מלחמה און בײ אונדז אין שטעטל האבן זיך שוין באװיזן ײדישע פליטים. בײ אונדז האט עם געהײםן* עס האט זיך שוין װידער אנגעהויבן מיט די ײדן• רוםן האבן שוין אנגע־ הויבן צו מורמלען : ײדן. און דערנאך׳ מיט יעדן טאג זענען װידער אנגעקומען ײדן אנטלאפעגע פון היטלערן. אויך זענען געקומען צװישן די פליטים ױנגעלײט, װעלכע מען האט נישט געקענט אזוי שנעל מאביליזירן׳ זעגען זײ׳ פארשטײט זיך. אנטלאפן. אויף זײ האבן די רוסן געזאגט׳ אז זײ זענען אנטלאפן׳ זױיל זײ האבן זיך נישט געװאלט צושטעלן צים מיליטער׳ באטש מען האט שפעטער אלע מאביליזירט און זײ האבן זיך שוין אפן דערלויבט צו שרײען ״זשיד״, װאם עס איז פארבאטן. איך האב נישט געזען מען זאל עמיצן ארעס־ טירן דערפאר• אײן מאל איז שיער נישט געקומען צו א פאגראם. װען א גרויםע מאםע פון רוםן און אויך אלע ײדן.

passage_8971822fa066b3374ded8781
Passage 2normalized OCR · source chars 908-2152

י װאם האבן זיך שוין געפונען אין שטעטל אלס פליטים האבן זיך צוגעהערט פארנאכט צו דעם ראדיא אין גאם׳ װו מען פלעגט שפאצירן (אין די אלײען װי מען האט עם גערופן) האבן די גוײם אגגעהויבן רעדן הויך־ זעט נאר די זשידעם׳ אלע זענען זײ אנטלאפן פון אוקראיגע׳ װו זײ האבן געלעבט. מען דארף זײ דערהרגענען׳ זײ הײםן א ו נ ד ז פארטײדיקן ם׳לאנד און זײ אנטלויפן. צום גליק זענען דארט געװעזן א פאר מיליציאנערן׳ האבן זײ אײנגעשטילט׳ אבער נישט ארעםטירט קײנעם. אויך האבן זײ פארשפרײט א קלאנג׳ אז אלע ײדן פירן מיט זיך גאנצע װאליזעס מיט געלט׳ אז װען מען האט געעפנט זײער באגאזש׳ האט מען געפונען גאנצע װאליזעם געלט אאז״װ. איך האב אין דער צײט געהאט א שמועס מיט א פאר צענדליק אנטלאפענע פון אוקראינע׳ װיחט אויס׳ נישט קײן ארעמע׳ װײל זײ האבן זיך באזעצט אין פרױואטע הײז־ קעם׳ געצאלט װיפל דער באלעבאם האט פארלאנגט. זײ האבן מיך אויםגעפרעגט׳ אזוי װי איך בין שוין געװען בײ היטלערן׳ צי איז דאם װאר אז היטלער טוט מיט די ײדן׳ װאם די צײטונגען שרײבן׳ אדער דאס איז בלויז פראפאגאנדע פון אוגדזער רעגירונג קעגן די דײטשן. איך האב זײ געענט־ פערט: איר װײםט גארנישט׳ מען האט דאך ביז איצט גארנישט געשריבן. און איך האב זײ דערצײלט װאס זײ האבן געטאן אין אונדזער שטעטל כמיעלניק און דערנאך װאם איך האב געהערט אין אנדערע שטעט. זײ האבן זיך אנגעקוקט אײנער דעם צװײטן. איך האב בײ זײ אװעקגענומען יעדן מינדםטן צוױיפל.

passage_440675cc1a7c181ee6a19267
Passage 3normalized OCR · source chars 2154-2459

דערנאך בין איך װידער געװען מאביליזירט אויף ארבעט צו מאכן טראנשײען׳ אבער אלע פרײנט מײגע זענען אויך מאביליזירט געװארן אויף ארבעט, נאר אין די מיליטערישע באטאליאנען. װען די רויטע ארמײהאטאפגעשטעלטדידײטשן בײ רארטאװ איז שוין די ארבעט גישט געװען נויטיק און אין יאגואר׳ װען עם איז אנגעפאלן א שנײ און ם׳איז געװען 25

passage_febe153511ea49e224d009db
Passage 4normalized OCR · source chars 2461-4040

נראד פראםט׳ האט מען די ארבעט אפגעשטעלט און מען האמ װידער אפגעלאזן הײם. און װען איך בין אהײמגעקומען, האט מײן וױיב מיר געבוירן אונדזער ערשטן זון. גרויס איז געװען אונדזער פרײד. איך האב דערלעבט צו זען מײן ערשט־ געבוירענעם זון. אבער גישט לאנג האב איך זיך מיט אים געפרײט, מען האט װידער מאביליזירט. װידער געשיקט אויף ארבעט גאך דאנבאם, און דא האב איך װידער געהאט א ביסל גליק׳ װאם מען האט מיך באשטימט צו ארבעטן נישט אין קוילן־גרובן־שאכטן, נאר אויבן׳ אויף דער לופט. דאס איז געװען זיבן קילאמעטער פון פראנט. איך האב געארבעט שװארצע ארבעט, אבער װען די דײטשן האבן אנגעהויבן באמבארדירן די באן־ליניעס בײנאכט׳ האט מען מיך מיט א גרופע ארבעטער פון דארט אװעקגעשיקט הינטער סטלינגראד אין א דארף כדי צו פרעםן הײ פאר פערד. איך בין שוין געװען פארהארטעװעט פון דער שװארצער ארבעט און איך האב פלײסיק געארבעט גלײך מיט די רוםן׳ און מיר האבן זיך גוט אײנגעלעבט. עםן איז דארט געװען גענוג און אויך גוטע לופט• עם איז געװען זומער. אפגעארבעט פיר װאכן, האבן מיר באדארפט צוריקפארן נאך דאנבאס׳ װו די דײטשן פלעגן האלטן איז אײן באמבארדירן. זײ האבן אויך אנגעהויבן צו באמבארדירן נאװאראסײסק, װאס איז געװען נישט וױיט װו איך בין געװען און אזוי אויד ראסטאװ, דורך װאנען מיר האבן געמוזט צוריקפארן. די באװעגונג צו םטא־ לינגראד איז געװען א גרויםע. דורך דעם פלאץ, װו איך האב געארבעט׳ זענען אדורך פיל צוגן מיט מיליטער נאך םטאלינ־ גראד. איך האב אפילו געטראפן צװישן די זעלנער עטלעכע ײדן׳ װאס זענען געװען פון פוילן. עם האט אויםגעזען׳ אז די דײטשן הײבן װידער אן די אפענסױוע. גלײך האט מען געהערט׳ אז די דײטשן האבן פארנומען ראםטאװ. מען האט זיך געריכט, אז מען װעט דארפן אנטלױפן. מאםן ײדן׳ װעלכע האבן זיך געפונען אין שטעטל אלם פליטים פון אוקרא־

passage_10135313b8f789239deaf82b
Passage 5normalized OCR · source chars 4041-4918

איגע זענען געשטאנען טעג אין דער רײ כדי צו באקומען פשעפוםטקעם זיך צו קענען עװאקואירן׳ האט מען זיי געלאזט שטײן און נישט געגעבן. ביז אײנמאל בײגאכט נאך דעם װי מען האט א גאנצן טאג באמבארדירט דאס שטעטל׳ האבן מיר באשלאםן עפעם צו טאן׳ נעמען דעם װאגדער־שטעקן. איך האב געטראכט װעגן מײן קינד װאם איז אלט געװען אינגאנצן פינן• חדשים. אין דער פרי, װען מיר זענען צוגעגאנגען צו דער מיליץ נאך א פשעפוםטקע׳ האבן מיר שוין נישט געזען קײן רײען׳ מען האט געזאגט, אז מ׳קען שוין נישט פארן׳ װײל די כאן איז צעשטערט און מ׳קען זיך פרײ עװאקואירן צופום. אונדזער פרײנט קיװע׳ װעלכער איז געקומען אהער אנהויב קריג׳ האט געארבעט בײ זײן ייאך אין א שעכטהויז מיט נאד עטלעכע קיעװער ײי־ן, האבן זײ באקומען א פאר אקםן מיט א גרויםן הײװאגן פאר זײערע פאמיליעם צו עװאקיאירן. האב איך צוגעטראגן צו מײן פרײנט א פאר זאכן׳ אחיפגעלײגט אויפן װאגן. מיר האבן זיד געלאזט אין װעג ארײן• װען מיר זענען ארויס פון שטאט׳האט מען געהערט װי מען

passage_72bf062d4ede6f863d22d97d