893 בנצױן װײצמאן — מײנע מלחמה־װאנדערונגען איבערן ראטנפארבאנד 894
שיף װו עס איז געװען העכער און דאם װאסער האט זי נישט איינגענעצט. פינף פארטאג האט די שיף פאראנקערט אין מיטן װאסער און מיר זעגען געשטאנען א גאנצן טאג. א גרופע םאלדאטן האבן געגומען טעראריזירן די מענטשן. צוערשט האבן זײ ארויסגעגנבעט דאס גאנצע מיטאג פון דער מאנשאפט און דערנאך האבן זײ זיר געטשעפעט צו אלע, אז אלע האבן צו פרעסן, נאר זײ הונגערן. צוליב זײ — האט דער קאפיטאן געזאגט — מוזן מיר פארזעצן די רײזע, כאטש דער ים איז נאך שטורמיש, און ער נעמט אראפ פון זיך די פאר־ אנטװארטלעכקײט. ער האט דערבײ פארארדנט, אז אלע פרויען מיט קינדער זאלן אריץ אין די קאבינעם פון דער מאנשאפט, פרויען אן קינדער זאלן זײן אין די קארידארן און די מענער אויפן דעק. כ׳בין געװען צופרידן װאס מײן פרוי װעט זיך געפינען מיטן קינד אין קאבינע. צי זײ װעלן זײן זיכערער, האב איך נישט געקלערט. עם איז געװארן קיל, האב איך מיר אנגעטאן מײן פאלטן, װאס איך האב נאך געהאט פון דער הײם, זיך אויםגעצויגן אויפן דיל און שנעל אײנגעשלאפן. עם האט מיך אויפגעװעקט דער טאג, בעת מיר זענען שוין געשװומען אין רואיקן װאםער. דאנקען גאט, די געפאר איז אדורך. אנגעקומען בשלום צום ברעג. געלאנדעט מיט אונדזער באגאזש, זענען מיר אװעק צו באקומען קארטן אויף ברויט. מיר האגן באקומען ברויט אויף דרײ טעג און מען האט אונדז פארשריבן צו פארן װײטער נאך אוראל אויף ארבעט. איך האב זיך אפילו געדונגען, מען זאל מיך שיקן קײן מיטל־אזיע, װו עם איז א װארעמער קלימאט, װײל איך בין מיט א קלײן קינד• עס האט אבער נישט געהאלפן. אונדזערע פרײנט פון כמיעלניק האב איך שוין נישט געטראפן. מיר זענען װידער געזעםן אין װאגאן מיט נײע מענטשן• אין יעדן װאגאן האבן זיך געפונען בײ א 40 מענטשן. אין אונדזער װאגאן זענען געװען כמעט בלויז ײדן, רוסישע ײדן טײל מיט פארטײ־בילעטן, פרויען ײדיש־רוםישע, װאס זײערע מענער
זענען געװען אויפן פראגט און מיר, א פאר פוילישע ײדן און אויך רומענישע ײדן. באלד זענען מיר אלע געװארן גוטע פרײנט װי אײן משפחה. די ערשטע סטאציע װו מיר האבן זיך אפגעשטעלט איז שוין געװען באלויכטן, און װאם װײטער מיר זענען געפארן האבן מיר געזען מער ליכט. די זעלבע נאכט איז מען צוגעפארן צו א שטאט װאס איז געװען נארמאל באלויכטן, האבן מיר פארשטאנען, אז מיר זענען שוין װײט פון פראנט. צװײ חדשים זענען מיר געפארן ביז מיר זענען אנגעקומען אין דער שטאט בערעזניק, װאם געפינט זיך טיף אין אוראל. אהער זענען מיר געשיקט געװאדן אויף ארבעט, האט מען אונדז אבער נישט אנגענומען װײל מיר האבן געהאט קלײנע קינדער. האט מען אונדז געהײםן פארן װײטער, װידער זעגען מיר געפארן אין א שיף איבער א װאסער, גרוים װי די װײםל — אזוי דרײ טעג און דרײ נעכט. דערנאך זענען מיר אנגעקומען אין א שטעטל מיט האלצערנע טראטוארן, און א באפעלקערונג װעלכע איז דא אהערגעקומען אין 1933
אלס פארשיקטע קולאקעס. צוערשט האט מען אונדז אײנקװאר־ טירט אין שולע. מיר האבן באקומען ברויט און אויף מיטאג געקאכטע קארטאפליעס, װאס מען האט זײ נישט געקענט עסן׳ מיט שיװאמען גרויםע װי טעלערס, אײנגעלײגטע װי קרויט, געזאלצענע, אז עם האט געבריט דאס מויל. דערװײל האט מען אנגעהויבן צעשיקן די מענטשן זיך צו באזעצן און צו ארבעטן. מײן גרופע, בלויז פון פוילן, וױיל די קיעװער זעגעז אװעק אין ״שרעדניע אזיע״, האבן באשלאסן, מיר זאלן בעסער פארן אין דארף ארײן. אײדער בלײבן אין אזא טויטער שטאט, איז בעםער זיך צו באזעצן אין א קאלכאז. מיר זענען טאקע ארײן אין בעסטן קאלכאז פון דער גאנצער געגנט. װען מיר האבן געטראפן אונדזערע מענטשן, װאם מען האט געשיקט אין אנדערע קאלבאזן, האבן ױי אונדז דערצײלט. אז אין זײערע קאלכאזן איז נישטא װאס צו עםן. מיר האבן באקומען יעדן טאג צו פיר הונדערט גראם ברויט, קארטאפל און א ביםל אנדערע פראדוקטן — אזוי אז מען האט גישט געהוגגערט. מיר, מיט א קלײן קינד׳ האבן באקומען די בעםטע דירה׳ א קלײן צימערל מיט א רוסישן אויװן. דאם הויז איז געװען װי אין א דארף׳ פון בעלקעם און צװישן די בעלקעם איז געװען אוגטערגעלײגט מאך, װאם װאקסט אין א דואלד, עם זאלן נישט זײז קיץ שפארעס. דא האבן זיך אויפגעהאלטן װאנצן גאנצע מיליאנען. בײנאכט האבן זײ גענומען בײסן. אממערסטן האבן זײ געביסן דאס קינד, עם האט באקומען גרויםע רויטע פלעקן אויפן לײב פון אזא ביס. מיר האבן געמוזט אויפשטײן בײנאכט און קעמפן מיט זײ. מיר האבן אןפגעקאכט הײסע װאםער און זײ געבריט. מיר פלעגן ארבעטן בײם מלוטשען די תבואה. קײן סך ארבעטן האבן מיר נישט באדארפט, װײל דער טאג דארטן, װינטער־צײט איז זײער א קלײנער, ער געדויערט נישט מער װי פיר שעה. דאם דארף איז געװען העט װײט אויף אוראל. קײן שטעט זענען שוין נישט געװען, נאר דערפער, און וױיטער נאך אויף טויזנטער
קילאמעטער האט זיך געצויגן טײגעס. אבער נישט לאנג האט מען מיך געלאזט דארטן זײן. נאך פיר װאכן האט מען מיך װידער גערופן אין דער ארמײ. דוידער האב איך גענומען אײנפאקן מײן פלעצאק. שװער איז געװען פאר מײן פרוי זיך צעשײדן מיט מיר, צו בלײבן אלײן מיט א קלײן קינד פון צען חדשים אין אזא קאלט לאנד, װו מען דארף זיך אלײן ברענגען האלץ פון װאלד. פיל טרערן האט זי פארגאםן בײפ געזעגענען זיך, האב איך זי געטרײסט, אז מיר װעלן זיך צוריק טרעפן. בײ דער קאמיסיע האבן מיר באדארפט װארטן, איך האב געמאכט א פארזוך בײ די מיליטער־לײט, זײ זאלן מיך אפלאזן אויף צװײ װאגן כדי צו קענען צוגרײטן האלץ פאר מיץ פאמיליע אויפן װינטער. מען האט מיך געהײסן װארטן. אויף דער נאכט האט מען עטלעכע מענטשן אויס־ בראקירט און מיר צװישן זײ, און מען האט אונדז געהײמן צוריקגיץ אהײם. עם איז שוין געװען בײנאכט, בין איך אװעק צו באקאנטע, איבערגענעכטיקט און באלד דוען עם איז טאג געװארן, זיך געלאזט אין װעג אריץ מיט גאך צוױי אנדערע