Original scan
Original memorial-book scan 448
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-392

895 פנקס כמיעלניק 896 ײדן, װאם מען האט זײ אויך אפגעלאזט אהײם. די 25 קילא־ מעטער איז זיך שנעל געגאנגען. איך האב מײן פרוי געטראפן זיצן א פארװײגטע נעבן דער לערערקע פון דארף, װעלכע איז זי געקומען טרײםטן. זי האט מיך ארומגעכאפט, געגומען קושן און זיך צעװײנט. זי האט מיר געװיזן דאס קינד מיט א צעבײלטן שטערן. זי האט אים געהאט איבערגעלאזט אויף א װײל אלײן, װען זי איז ארוים ארײנברענגען אן עמער װאםער.

passage_88358c23cca93068f5f9fc46
Passage 2normalized OCR · source chars 394-1991

איך האב געװוםט, אז איך װעל דא לאנג נישט קענען זײן, האב איך גענומען צוגרײטן האלץ. עם האט טאקע לאנג נישט גענומען און מען האט מיך װידער גערופן אויף ארבעט, װײזט אוים, מען האט מיר נישט געטרויט צום מיליטער. װידער אײנגעפאקט דעם פלעצאק, װידער זיך געזעגנט מיט װײב און קינד און װידער אװעק צוזאמען מימ מײן פריינט קױוע, װאם איז צוזאמען מיט מיר געקומען פון קאװקאז. אין מיליטער־אמט האבן מיר געװארט א גאנצן טאג, ביז אלע זענען זיך צוזאמענגעקומען און בײנאכט האט מען זיך אויף שליטנם געלאזט אין װעג רײן. דער פראםט איז געװען 60 גראד. אנגעטאן בין איך געװען װארעם אין װאטענע הויזן׳ א װאטענעם זשאקעט און דאך האט מען געמוזט מער גײן װי פארן — אזוי קאלט איז געװען. בײם דורכפארן א באװוייטן ארט, איז מען ארײן אין א שטוב זיך אנצװוארעמען. דרײ טעג זענען מיר אזוי געפארן ביז מען איז ציגעקומען צו א שטאט׳ װאם איז געװען גענוג גרויס. און דארטן האבן מיר װידער באדארפט װארטן צװײ טעג אויף דער באן, װײל ערשט יעדן דריטן טאג איז געגאנגען א באן פון דארטן. א גאנצע נאכט זענען מיר געפארן. צומארגנם 10 א זײגער זענען מיר אנגע־ קומען אין דער הויפשטאט פון אוראל, װי זי האט דעמאלט געהײםן מאלאטאװ. בײם צאר האט זי געהײםן פערעם. מען האט אונדז ארײנגעפירט אין א גרויםער געבײדע. דא האבן די באאמטע גענומען אויםפרעגן מײן גאנצער ביאגראפיע, צי מײנע עלטערן זענען געװען ארבעטער צי קאפיטאליםטן, צי מיר האבן געהאט אײגנטום אאז״װ. איך האב, פארשטײט זיך. געענטפערט אז נישט, און דאך האט מען מיר אין דער שטאט נישט איבערגעלאזט, װײל איך בין געװען פאררעכנט אלם אן אױסלענדער. די אנדערע מײנע מיטמאביליזירטע זענען אלע געקומען פון די לאגערן. אנדערע זענען געװען פאלאקן, דײטשן, לאטישן, עםטאנער, כינעזער, רוסן, אוקראינער און מיר, נאר צװײ ײדן. מען האט אונדז אלע באשטימט צו פארן

passage_41b2c8e09fe1639b0afa83c3
Passage 3normalized OCR · source chars 1992-2510

אין א דארף ארײן צו פעלד־ארבעט. אין דער שטאט האט מען נישט געקענט פארבלײבן, װייל דארט זענען געװען בלויז מיליטערישע פאבריקן. בײנאכט האט מען געהערט שיסן װי אויפן פראנט, װײל מען האט אויםפרובירט די ארטילעריע. דער הימל פלעגט זיך אנצינדן נאך יעדן שאס• װידער זענען מיר געפארן מיט דער באן 90 קילאמעטער. מיר זענען אנגע־ קומען אין אן ארט, װאס האט געהײםן קאנגיר. דרײ טעג זענען מיר דארטן געשטאנען. א שליטן איז געקומען נאך אונדז, מיר האבן ארויפגעלײגט די פעקלעך און מיר זענען לײביש אונגער — אין פאדהאלאנסקי פולק, פארן מלחמה־אויםברוך

passage_4e016077fa64c2e9c5267197
Passage 4normalized OCR · source chars 2512-3819

נאכגעגאנגען דעם שליטן דרײ טעג. בײנאכט האבן מיר גענעכטיקט בײ די פויערים אין דארף. ביז מיר זענען אנגע־ קומען אין א דארף װאס איז באשטאנען פון אײן גרויס צװײ שטאקיק הילצערן הויז און צװײ־דרײ קלײנע הײזקעס. דאס דארף איז געװען א געהילפם־װירטשאפט, װעלכעס איז בא־ שטאנען פון דרײ דערפלעך מיט אן ערך צװײ טויזנט העקטאר אקער־לאנד. צומארגנס האבן מיר זיך דערװוסט, אז די גאנצע װירטשאפט איז אין א הונגער־צושטאנד. איך האב דארטן געטראפן א פאר ײדן פון פוילן, מענער, װאם זענען שוין דארט געװען א האלב יאר. זײ זענען געװען אינטעליגענטע מענטשן, נאר צו קײן ארבעט אין קאנטאר (בױרא) האט מען זײ נישט צוגעלאזט, װײל די רוםן האבן געטענהט, אז אלע ײדן װילן נאר ארבעטן אין די בױראס, ס׳הײסט לײכטע ארבעט. בײ אײנעם האב איך באלד פארדינט א טעפל קאר־ טאפל װאס איך האב אים געמאכט א קאלנער צו א העמד. ער האט מיר צוגעזאגט א גוטע צוקונפט: ״אז דו ביםט א שנײדער, װעםטו האבן צו עסן!״ װען מען האט צעשיקט אויף ארבעט, האט מען מיך געשיקט צו שנײדערײ, איך האב געארבעט, נאר קײן עםן פון דער ארבעט איז נישט געװען. מײן פרײנט קױוע, אלס קצב, האט מען צוגעזאגט א גוטע ארבעט אלס אויפזעער פון בהמות. האט מען אים געגעבן אויף אכט טאג עסן און אװעקגעשיקט אין מיטן פעלד צו היטן די קעלבער. דאם עםן האט ער אויפגעגעםן אין צוױי טעג. א שרעק האט אים גענומען בײנאכט אײנער אלײן אין פעלד און ער איז צוריקגעקומען צו מיר. איך האב געװױנט בײ א פאמיליע, אין אװנט נאך דער ארבעט האב איך מיר אפ־

passage_aede6914d1259868cfb56ea0