Original scan
Original memorial-book scan 452
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-774

משה גורגעל / מײן אנטײל אױ דער פראנצויזישער רעזיסטאנץ (תל־אביב) אוגטערן דרוק פון ארבעטסלאזיקײט, אלץ־װאקסנדיקן אנטי־ סעמיטיזם און פאליטישע רדיפות, בין איך אין מערץ 1937 געװען געצװונגען צו פארלאזן מײן געבורט־שטעטל במיעלניק, און שװארצן די גרענעץ קײן פראנקרײך. קוים זיך באװיזן אײנצוארדענען אין דעם נײעם לאנד איז אויםגעבראכן די מלחמה. גענוי װי טויזנטער אנדערע אויסלענדער, בפרט ײדן, האב איך װאלונטירט אין דער ארמײ כדי צו קעמפן קעגן גאצי־דײטשלאגד. אין מאי, 1940, װען די דײטשע חײלות האבןיזיך דערנענ־ טערט צו דער פראנצויזישער גרענעץ, קום איך אן מיט מײן אײנהײט אויפן פראנט און באטײליק זיך אין פארשײדענע קאמפן, צװישן אנדערע אין א באיאנעטן־קאמף אין דעם סעקטאר פון באקאנטן פראנצויזישן העלד מיםיע סור בוא. א קאמף פאר װעלכן אונדזער באטאליאן האט באקומען די העכסטע מיליטערישע אויסצײכענונג.

passage_c4d4488aea9a4ebe3fca2ce7
Passage 2normalized OCR · source chars 776-1704

נאך שװערע קאמפן װער איך דעם 13־טן ױני, 1940, פארװונדעט און גענומען אין געפאנגענשאפט. דעם 10־טן ױלי, אנטלויף איך פון דײטשן געפאנגען־לאגער און קום אן אין אקופירטן פאריז. איך מעלדע זיך צו דער פראנצויזישער מיליטערישער מאכט נאך הילף. שפעטער, װען די קארטא־ טעקע פון די אנטלאפענע פראנצױזישע סאלדאטן, װאס זענען אנגעקומען גאך הילף פאלט ארײן צו די דײטשן, און עס הײבט זיך אן א געיעג נאך די אלע, װעלכע האבן נישט געפאלגט דעם רוף צוריקצושטעלן זיך אין זײערע אײנהײטן, װער איך געצװונגען זיך אויסצובאהאלטן. דער רוב ײדישע געזעלשאפטלעכע טוערם זענען געהאט אנטלאפן פון פאריז. געװען אבער פיל פליטים פון אנדערע שטעט און לענדער, װי פון בעלגיע, האלאנד, לוקסעמבורג, װעלכע האבן זיך גענויטיקט אין הילף. אין די ײדישע קװאר־ טאלן װערט געעפנט א נעץ פון פאלקםקיכן. איך װער באשטימט פאר דעם פאראנטװארטלעכן פון דער קוך אויף 15 רי בעראנזשע, בײם פלאץ דע לא רעפובליק, א קוך װאם האט די גאנצע צײט פון איר עקזיםטענץ געשמט מיט איר ארבעט אויף אלע געביטן פון םאציאלער הילף.

passage_67eeda9015c9147da5025df2
Passage 3normalized OCR · source chars 1706-2795

דעם 13־טן מאי 1941 קומט די גזירה, אז טויזנטער ײדן פון פאריז זאלן זיך מעלדן אין די פאליצײ־צירקלען, כלומרשמ כדי צו קאנטראלירן זײערע דאקומענטן. אין זעלבן טאג האב איך זיך באטײליקט אין א זיצונג פון דער ײדישער אונטער־ גרונט־באװעגונג אין פאריזער ראיאן, כדי צו נעמען שטעלונג צו דער פראגע. איך האב פארטײדיקט דעם שטאנדפונקט נישט צו פאלגן דעם רוף פון געסטאפא״ און צומארגנס האב משה גורגעל מיט זײן הבר דזשארזש שנעק אלס פירער פון דער ײדיש —פראנצויזישער אונטערגרונט־באװעגונג איך אנטײלגענומען אין אן אקציע אפצוהאלטן ײדן זיך צוצו ־ שטעלן און צו װערבירן נײע קעמפער אין דער אונטערגרונט־ באװעגונג. איבער פינף טויזנט מענער זענען פונדעםטװעגן דעפארטירט געװארן און די הילף פאר זײערע פרויען און קינדער װערט דרינגנדיקער, הגם דאס װערט אלץ שװערער צוליב דעם, װײל דער אקטױו מוז אראפ אין אונטערגרונט. איך װער אריבערגעפירט אינעם קאמיטעט, אונטער דער אנפירונג פון דעם באקאנטן פאריזער עםקן אדװאקאט לעאן גלעזער. איך טרעט ארײן אין דער אנפירונג צו באזארגן די לאגערן אחוץ מיט שפײז־פעקלעך אויך מיט פארבינדונגס־ מעגלעכקײטן זיך צו ראטעװען פון דארט. די ארבעט װערט געמאכט אונטער א פערמאנענטער געפאר געכאפט צו װערן דורך דער געסטאפא.

passage_f24293039f7903dc9117da13
Passage 4normalized OCR · source chars 2797-2993

נאך דער גרויםער דעפארטאציע פון פאריזער ײדן קײן דראנםי, א דעפארטאציע װעלכע מיר איז געלונגען אויסצו־ מײדן, װערט מיר אלץ שװערער זיך אויםצובאהאלטן אין פאריז : איך װער אן אויפהער געזוכט דורך דער דײטשער

passage_ddea1ce1fc9f83d761d41913