Original scan
Original memorial-book scan 453
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-984

905 משה גורגעל — מײן אנטײל אין דער פראנצויזישער רעזיסטאנץ 906 מיליטער־מאכט אלם אנטלאפענער פון געפאנגען־לאגער, און דורך דער ציװילער מאכט — פאר נישט צושטעלן זיך דעפ 13־טן מאי צו צװאנגס־ארבעט. אויפן פארלאנג פון פאריזער אונטערגרונט־קאמיטעט באקום איך זיך אריבער נאך לאנגע װאגלענישן אין דער נישט־באזעצטער זאנע פון פראנקרײך. איך קום אן קײן טולוז׳ און פון דארט װער איך געשיקט קיץ ליאן, װו ם׳זענען קאנצענטרירט טויזנטער ײדישע פליטים־ משפחות פון גאנץ פראנקרײך, צװישן זײ פיל יתומים. מיט יעדן טאג װערט אבער אלץ קלארער די געפאר אויך דרום־ פראנקרײך זאל אקופירט װערן דורך די דײטשן. םוף דעצעמ־ בער באקום איך פון ליאנער קאמיטעט, אונטער דער אנפירונג פון װאלף אלטער, דוד פרידמאן און ױסף קאט די אויפגאבע צו שאפן פארבינדוגגען כדי צו קענען ראטעװען קינדער און געזוכטע דורך דער געםטאפא קײן שװײץ. דאם איז געװען א דרינגענדיקע אויפגאבע, און אין משך פון א קורצער צײט האב איך געדארפט צושטעלן א גענויעם פלאן װי דאס דורכצופירן און א רשימה פון די מענטשן׳ װעלכע איך האב געװונען פאר דער רעאליזירונג פון דער אויפגאבע.

passage_f82083051a18228f1c2ddc44
Passage 2normalized OCR · source chars 986-1765

צו יענער צײט האט זיך געשאפן דער פאראײניקטער קאמיטעט פון דער ײדישער ױגנט ״עם־זשי־עס״. איך שטעל זיך מיט די אנפירער אין קאנטאקט אין נאמען פון ליאנער פארטײדיקונגס־קאמיטעט, און זײ לײגן מיר פאר צוזאמען אויסצוארבעטן דעם פלאן — אבער נישט בלויז פאר ליאן׳ נאר פארן גאנצן לאנד. געצײלטע װאכן שפעטער הײבט זיך אן די רעטונגם־ארבעט פון הונדערטער ײדישע קינדער. נאך נאװעמבער 1942, װען ליאן װערט באזעצט דורך די דײטשן, װערט אונדזער רעטונגס־ארבעט רעארגאניזירט דורך די פינף אנפירנדיקע טוער אין דער פרײער זאנע פון פראנק־ רײך — דוד פרידמאן׳ װאלף אלטער (שפעטער דעפארטירט) ױםף קאט (איצט אין פראנקרײך), דער גלח אבעי גלאזמאן אלם פארשטײער פון דער פראנצויזישער אונטערגרונט אינעם ײדישן װידערשטאנד־קאמיטעט, און איך. מיר הײבן אן אריבערפירן ײדישע משפחות אין צײט־ װײליקע באהעלטענישן און ארבעטן אוים פאלשע פעםער.

passage_b3ca49a02851352ef3497b98
Passage 3normalized OCR · source chars 1767-2415

דעם 9־טן פעברואר׳ 1943 װערט אונזער קאמיטעט־לאקאל ארומגערינגלט דורך דער געסטאפא און איבער סד אקטױוע טוער װערן פארשיקט. גליקלעכערװײז האט דער ארעםט מיך אויסגעמיטן, װײל יענעם פרימארגן בין איך ארויםגעפארן אין א קלײן שטעטל נעבן ליאן, זיך צו טרעפן מיט א מילי־ טערישן קאמענדאנט מכוח באקומען מיליטערישע שײנען פאר א צאל מענער זײ זאלן זיך קענען פרײ באװעגן. אין יענער נאכט איז אבער דער פראנצויזישער קאמענדאנט ארעסטירט געװארן. איך האב זיך געאײלט צוריקצופארן קײן ליאן, דארט האב איך געדארפט דערלײדיקן פארשײדענע ענינים אין אונדזער לאקאל. דא קומט מיר אבער אנטקעגן אונדזער פארטרויאונגם־מאן אין דעם שטעטל און ראט מיך נישט צוריקצופארן, װײל דער װעג קײן ליאן װערט שטרענג

passage_84c64d81bb441dd026efb187
Passage 4normalized OCR · source chars 2417-3019

קאנטראלירט דורך דער דײטשער זשאנדארמעריע. נאך א קורצן ישוב הדעת באשלים איך צו בלײבן און װארטן ביז די געפאר װעט אריבער. מיט א מאל פארט אן א מילימערמאן אויף א מאטאציקל, קרײזט ארום דעם צענטראל־פלאץ, שיםט אוים פון זיץ פיסטאלעט און װי פון אונטער דער ערד װאקכן ארוים געסטאפאניקעם׳ װאס הײבן אן רעװידירן די מענטשן. איך הײב אן לויפן, געפין א בונקער און באהאלט זיך דארט אויס ביז שפעט אין דער נאכט, און — דערשלאג זיך צוריק קיץ ליאן. אנקומענדיק צו דער װוינונג פון מיץ חבר דוד פרידמאן, באמערק איך באלד דורכן פענצטער, אז ס׳האט עפעס פאםירט. איך עפן די טיר און עם קומט מיר אנטקעגן די פרוי מיט די טרויעריקע נײעם פון טאג.

passage_218f3bf591b71d77e0d933d4
Passage 5normalized OCR · source chars 3021-4027

איך פרעג זי נישט אוים פיל׳ און פיר גלײך דורך א גרינט־ לעכע אונטערזוכונג אין שטוב. מיר פארלעשן די ליכט און מיט א קלײן טאשן־לעמפל מאכן מיר ״בדיקת־חמץ״ — קלײבן צוזאמען אביסל װיכטיקע דאקומענטן און די גישט נויטיקע װערן פארברענט. איך פארלאנג מיר זאלן גלײך פארלאזן די וװינונג און אריבער אויף א צוױיט באהעלטעניש. און אט ? מיר האבן קוים באװיזן אריבערצוגײן אין צװײטן הויף׳ נאך אפילו נישט געהאט אנגעקלאפט אין טיר פון אונדזער נײ באהעלטעניש — װי פאר אונדזער פארלאזט הויז פארפארן עטלעכע אויטאס מיט זשאגדארן און הײבן אן האסטיק צו קלאפן אין די טירן. װי ם׳האט זיך ארויסגעװיזן האט די געםטאפא בײ מײן ארעםטירטן חבר דוד פרידמאן געפונען מײנעם א פאטא. אט דער פאטא איז קאפירט און פונאנדער־ געשיקט געװארן אין אלע פאליצײ־פונקטן מיטן אויפשריפט . ״גוטע באלוינונג פאר צושטעלן צו דער דײטשער מאכט■׳. איך אנטלויף פון ליאן׳ דערלײדיק פארשידענע שליחותן אין מארסײ, ניצע׳ מאנפעליע. איך באקום א פאס אויף א צװײטן נאמען׳ ענדער אביסל דעם אויםזען און באקום אן אויפטראג צו באזעצן זיך אין גרענאבל, דעם צענטער פון דער פראנצויזישער רעזיםטאנץ־באװעגונג.

passage_4cd2b1f5010b29ba64ac2cd8
Passage 6normalized OCR · source chars 4029-4827

תחילת, װען גרענאבל׳ איז נאך אקופירט געװען דורך די איטאליענער, איז נאך גישט געװען אזוי שרעקלעך. ביםלעכ־ װײז װערט אבער אויך די שטאט קאנטראלירט דורך די דײטשן און עם הײבן זיך װידער אן ביטערע צײטן. מײן זיצארט איז געװען אין א קלײנער ארטשאפט דאמען, 16 קילאמעטער פון גרענאבל. איך האב אבער געמוזט יעדן טאג זײן אין אונדזער צענטראלע אין שטאט. אין דער געגנט זענען דעמאלט געװען טויזנטער ײדישע משפחות, װי אויך צװײ ײדישע לאגערן, קאנטראלירט דורך די איטאליענער. די ײדן זענען געשטאנען אונטער א כםדרדיקער פאליצײאישער קאגטראל און ם׳האט זײ געדראט צו יעדער מינוט דעפאר־ טאציע. אונדזער אויפגאבע איז דעריבער געװען אריבער־ צופירן די טויזנטער משפחות אויף נײע אדרעסן. דאם איז געװען א מםירת־נפשדיקע ארבעט. איך װער דאן באשטימט צו פארן אין לאגער קײן סאן־שערװעי, אויםצוסארשן אויפן ארט די מעגלעכקײטן ארויםצונעמען די אלע מענטשן מון

passage_5c01227c396d0006c68d743b