913 הערשל קאמינםקי — דרײ מאל ד,אב אין־ זין־ געזעגנט 914
מען נישט געטארט גײן און נישט וװינען. די ענגשאפט איז געװארן גרויס׳ דער הוגגער נאך גרעםערז פאר א פונט ברויט אויף די קארטן האט מען געמוזט זיך שטעלן אין דער רײ 5 אזײגער אינדערפרי. עטלעכע מאל אין טאג זענען די דײטשן געלאפן מיט די גרויסע הינט און געכאפט ײדן צו ארבעט. דאם איז געװען נישט בלויז ארבעט׳ נאר שװערע פײנפולע שעהען פון שטערבלעכע קלעפ׳ ספעציעל פאר ײדן מיט בערד. א סך הילף האבן די דײטשן געהאט פון אונדזערע פוילישע שכנים, װעלכע האבן נישט אײנמאל אנגעװיזן װו א ײד מיט א בארד באהאלט זיך אויס. די שטימונג איז געװען א געדריקטע• מיר האבן נישט געװוסט גענוי װאס עס טוט זיך אויפן שלאכט־פעלד, וױיל מיר האבן נישט געגלײבט די דײטשע צײטונגען. פון צײט צו צײט האט זיך אבער ארײנ־ געריםן א װארט, אז ערגעץ װו גײט ארויס אן אומלעגאלע צײטונג. איך האב אויך געװוםט אז מײן יברודער און זײנע חברים באמיען זיך אנצוקניפן א קאנטאקט מיט אן אומלע־ גאלער גרופע פאליאקן׳ מען האט אבער אויסגעפונען אז די פאליאקן אין אונטערערד האבן אן אויפגאבע נישט נאר צו קעמפן קעגן די דײטשן נאר אויך קעגן ײדן. עם זענען געװען פיל מאל האפענונגען צו שאפן א ײדישע אונטער־ גרונט און עם איז אויך אין געהײם געשאפן געװארן געלט פאר געווערז די פאליאקן האבן דאס געלט גענומען, אבער קײן געװער נישט געגעבן. מיך און מײן ברודער איז געלונגען צו באקומעז די אומלעגאלע צײטונג, תחילת נאר אײן צײטונג און שפעטער האב איך געהאט 4 און 5 אזעלכע צײטונגען יעדע װאך. זײ זענען געלעזן געװארן און די נײעס איז זיך פונאגדערגעגאנגען צװישן דער ײדישער באפעלקערונג, אביסל האפענונג און מוט געגעבן די נידערגעשלאגענע ײדן. פון די אומלעגאלע צײטונגען האט מען זיך אויך דערוװםט װעגן די גאז־קאמערן אין טרעבלינקע, אוישװיץ און אויך װעגן ארבעטם־לאגערן•
און אין א מיטװאך אין די ערשטע טעג פון אקטאבער אין 1942 נאך מיטאג האט מען דערזען אויסגעהאנגענע באקאנט־ מאכונגען, אז דאנערשטאג 8 אזײגער אינדערפרי מוזן זיך אלע ײדן פון 12 יאר אלט ביז 60 שטעלן צו א קאמיםיע אין מיטן מארק. פארשטײט זיך, אז ײדן האבן אנגעהויבן פאלי־ טיקירן אז דאס איז נישט די אויסזידלונג וױיל מען רופט נישט אלע ײדן נאר בלויז פון א געװיםן עלטער. יעדער האט געפרװוט טרײםטן אײנער דעם אגדערן, אז עס װעט גארנישט זײן. אין הארצן האט אבער יעדער שוין געפילט אז דא װעט שוין עפעם געשען. מיט א ״גוטע נאכט״ און ״גאט זאל העלפן״ זענען פרײנט און באקאנטע געגאנגען אהײם צו וױיב און קינדער, טרײסטן די פרוי, די קינדער, אדער גאר אײנפאקן א פעקל אין פאל װען עס װעט עפעס געשען. איך האב נישט געקענט שלאפן, הערנדיק מיץ מוטער פון דער צוױיטער שטוב, איר װײגען און קרעכצן. איך האב פארשטאנען מײן מוטערס שװער הארץ: צען קינדער געבוירן און װאם װעט איצט םון זײ װערןן
פארטאג האב איך דערהערט שרעקלעכע געשרײען, שיסע־ רײען, בילן פון הינט : אלע ײדן מוזן ארוים אין מארק 4 אזײגער פארטאג. מען האט נישט באװיזן זיך אנצוטאן און שוין האט מען דערפילט די גומענע שטעקנס איבער אונדזערע קעפ. װי דורך א בראנד זענען מיר געלאפן. בלוט האט זיך געגאסן ביז מיר זענען אנגעקומען אין מארק. דארט האט שוין אויף אונדז געװארט די דײטשע קאמיםיע. מען האט אונדז אויסגעשטעלט אין א לאנגער רײ, און אזוי האט מען דורכמארשירט דורך דער קאמיסיע — געזונטע רעכטם, שװאכע לינקס. מען האט אויך געזען גרויסע לאסט־אויטאס מיט שװארץ־געקלײדעטע אוקראינער װעלכע האבן געטרײ געדינט די דײטשן. איך האב נאך דערזען װי זײ שיקן מײן פאטער צו דער לינקער זײט, און מיך, מײן ױנגערן ברודער ישראלקע און שװעסטער רחלע האט מען געשיקט רעכטס. מען האט אונדז אנגעהױבן יאגן צו די לאסט־אויטאס מיט שטעקנס און ביקסךקאלבעס• פארנדיק דורך דער קיעלצער גאם האב איך מיט מײנע אויגן געזוכט, אפשר װעל איך זען װעמען פון מײן הײם, און אט האב איך דערזען מײן 7 יאריק ברודערל שמחה מיט א ברויט, װײזנדיק אז דאס איז פאר מיר, מיט טרערן אין זײנע אויגן. עס איז שז־ין אבער געװען צו שפעט. קומענדיק נענטער צו אונדזער הײם האב איך דערזען מײן שװעםטער מיט איר ד־װאכנדיק קינד אויף איר האנט אין א יביטערן געװײן. מײן מוטער איז געשטאנען מיט אויםגעשטרעקטע הענט צום הימל און געשריגן: ״גאט, װו שיקסטו מײנע קינדער ז״ איך האב מײנע אויגן נישט געקענט אװעקרײסן פון דעם פײגלעכן בילד. דעמאלט האב איך דאס לעצטע מאל געזען מיץ מוטער.
אין איװנט זענען מיר אנגעקומען אין דעם ארבעטס־לאגער כקארזשיםקא־קאמיעננע׳ װערק ״צע״• דורכמאכנדיק דערנאך פארשידענע לאגערן בין איך דעם 8־טן מאי 1945, אזײגער 10 בײנאכט, באפרײט געװארן דורך די רוםן אין דעם לאגער טערעזנשטאט, טשעכאםלאװאקיע. די באפרײאונג איז גישט געװען פאר מיר א פרײד. איך האב ביטער געװײנט, װײל איך האב געװוסט, אז איך האב נישט מער קיץ הײם. דאך האב איך באשלאםן צו פארן קײן כמיעלניק צוליב צוױי זאכן : ערשטנם האב איך געװוסט, אז מײן שװעסטער רחלע לעבט. איך האב אפגענומען גרוםן פון איר לעצטן לאגער אין לייפציק. און צוױיטנם — איך האב זיך געװאלט אליץ איבערצייגן און זען מיט מיינע אויגן, וואס עס איז געװארן פון מײן הײם. איך מיט מיץ ברודער ישראלקע בין געפארן קיץ פוילן• קומענדיק קיץ לאדזש האב איך באלד אנגעהויבן זיך נאכ־ פרעגן אויף מײן שװעםטער. יעדער האט מיר געזאגט אז זי לעבט, גאר זײ יוױיםן גישט װו זי איז. איך האב אנגעהויבן פארן איבער שטעט נענטער צו כמיעלניק. איך האב פארשטא־ נען, אז אויב איז זי אין פוילן, װעט זי זיכער קומען קײן כמיעלניק. נאך עטלעכע טעג פארן בין איך אנגעקומען קיץ קיעלץ. איך האב אויסגעפוגען דעם פלאץ װי ײדן געפינען