Original scan
Original memorial-book scan 458
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-916

923 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק- 924 פעפער, פרץ מארקיש, און אנדערע ײדישע פערזענלעכקײטן אין רוסלאנד. זײ האבן מיר דערצײלט װי אזױ זײ זענען אין מיטן דער נאכט ארויסגענומען געװארן פון זײערע בעטן און הײמען, אפגעריםן געװארן פון זײערע משפחות און פארשיקט געװארן א,ן א פארװאס און אן א פארװען. איך האב אזוי געארבעט שװער ביז די קריג האט זיך געענדיקט און צוזאמען מיט פוילישע ײדן בין איך צוריקגעפארן קײן פוילן נאך דער באפרײאונג. איך האב שטארק געװאלט זעען מײן הײם שטאט כמיעלניק. איך האב געגלויבט, אז איך װעל נאך טרעפן מײן פאטער און מוטער, מײנע ברידער און שװעסטער, װעלכע איך האב קײן אײן מינוט נישט פארגעםן. מיטן אנקומען קײן פוילן בין איך געװארן זײער טרויעריק, זעענדיק װי פאלאקן באװארפן מיט שטײנער אונזער צוג. איך האב זיך באזעצט אין שטעטין. מיר האבן צונויפגענומען עטלעכע כמיעלניקער און צוזאמען ארײנגעפארן קײן װארשע. צװיש אונדז איז געװעזן שמואל װײגבערג און משה ידדל אײונבערג, װעלכע זעגען אומגעקומען אין קעלצער פאגראם, דעם 4־טן ױני 1946.

passage_9a283f5980a6a47c5b042758
Passage 2normalized OCR · source chars 918-1269

אנקומענדיק קײן װארשע האבן מיר זיך געװאנדן צום צענטראל־קאמיטעט און מיר האבן באקומען פון מאטל זאנשײן, דער דעמאלטיקער פינאנס־לײטער פון צענטראל־ קאמיטעט, די געהעריקע שטיצע. מאטל זאנשײן האט אונדז זײער שײן אויפגענומען, דורכגערעדט מיט אונדז אונדזער לאגע און געהאלפן מיט א ברײטער האנט װיפל ער האט נאר געקאנט. פון דארט האבן מיר באשלאםן ארײנצופארן קײן כמיעלניק.

passage_d13b59eb89cece39122f5fef
Passage 3normalized OCR · source chars 1271-2397

איך פאר ארויס פון װארשע אין א פול געפאקטן צוג מיט סוחרים, אגענטן, באאמטע און קום אן בײנאכט קײן קעלץ. איך שטײג אוים און פלוצלינג דערהער איך אן אויסרוף: .דא כמיעלניקא״, ״דא סטאשאװא״. איך האב זיך אויםגעדרײט און דערזען אן אפענעם לאםט־אויטא. איך בין ארויף. די גוײם נעמען ארוים די פלעשער בראנפן, מאכן א כוסה. דער אויטא פארט לאנגזאם פארבײ באקאנטע דערפער. אלץ איז דא מיר אזוי באקאנט, עם פעלט דא גארנישט. מיר פארן פארבײ מארװיצא װאלא. דא איז אײביק געװען אן ארעמ־ קײט מיט פויערישע כאטעם, איצט — שײנע הײזער. מיר פארן דורך פיאטרקאװיצע. דא זענען פארמעגלעכע כמיעלניקער בעלי־בתים געקומען אויף זומער־דאטשע. אט זענען מיר אין צעליני, דא איז געװען דער גרויםער הויף פון דעם כמיעל־ ניקער ײדישן גוט־באזיצער עוזר שטראך מיט זײנע זין אברהם און ױנה. איך באמערק, אז א טײל פון גוט איז חרוב. דער אויטא פארט װײטער און איך זע די בלאנקס קאלך־ אוױונס. פון די קוימענם גײט א געדיכטער רויך, װי קײנמאל גארנישט. די קאלײקע פארט פארבײ מיט .א לאנגען פײף. פון דער װײטנם זע איך שוין מײן טײער שטעטל כמיעלניק. איך בעט דעם שאפער, ער זאל זיך שטעלן, איך גײ אראפ בײ דעם ערשטן ײדישן הויז׳ בײם הויז פון קאפל קאמינסקי. איך טו עם בכװנד״ כדי איך זאל קענען באטראכטן יעדעס הויז׳ יעדן

passage_b79217344d01de5a524e7a98
Passage 4normalized OCR · source chars 2399-4007

הויף, אלץ װאם איז מיר געװען אזוי טײער און נאעגט. איך גײ לאנגזאם און פארזיכטיק, איך באטראכט אלץ. אט דאם הויז פון מאנעס װײנבערג, װו עם האט זיך געפונען די כמיעלגיקער פאסט׳ װײטער אלתר אגניעװיטשעם הויז און משה שיע׳ם (יהושע) שצערבעם הויז, אין װעלכן עם האט זיך געפונען די בית״ר־ארגאניזאציע, אין װעלכער איך האב פארבראכט מײנע ערשטע ױגנט־יארן. דא האב איך געלערנט פון מײנע מדריכים מאיר פעלמאן און משה זאנשײן. פאר מײנע אויגן שטײט די גרויםע מנורה אין גאלד־געפארבט און נעבן איר דאם בילד פון ד״ר הערצל און דאם בילד פון זאב זשאבאטינסקי. דא האב איך י״א אדר, אין יארצײט פון טרומפעלדאר געזונגען : ״בעד עמגו ובעד ארצנו טרומפלדור נפל״. דא האב איך רעציטירט דאם ליד פון א. צ. גרינבערג ״אמת אחת ולא שתײם״ און אין כ׳ תמוז רעציטירט זשאבא־ טינםקים ״הםפד״ נאכן טויט פון הערצלן. איך גײ װײטער װי א װאנזיניקער. איך באװעג זיך װי א פאראליזירטער, איך זע דאם הויז פון מלך אגניעװיטש, אין װעלכן עם האט זיך געפונען די פאפולערע ״באנק לודאװי״ װײטער — דוד מאפעם און דוד ױםף זילבערבערגס הײזער, און איך קום אן אין מארק. אט זע איך די טראטוארן אויסברוקירט מיט ײדישע מצבות, ארויסגעריםענע פון אלטן און נײעם בית הקברות. טרערן שטיקן מיך אין האלדז, איך באטראכט אלץ. די הײזער און קלײטן זענען באװוינט דורך גוײם פון די ארומיקע דער־ פער. כמיעלניק איז װײטער כמיעלניק, נאר אן ײדן. שנײדערס, שוםטערם, םטאלארעם האבן געשאפן קאאפעראטױון לויט דער פארארדנונג פון דער נײער פוילישער רעגירונג און אלץ קלאפט. גוײם דערקעגען מיך, שמײכלען אונטער און זאגן : ״יעשטשע :שיעש ?״ ״דו לעבםט נאך ?״ איך פרװו זײ אויסמײדן און אײל זיך צום הויז, װו מײן טאטע־מאמע, ברידער און שװעסטער האבן געװוינט און װו איך בין געבוירן געװארן. דאס ראגאװע הויז נעבן דעם גרויסן בית המדרש און דער גמינע. איך גײ

passage_26c5da2c4420d9caee0e7992
Passage 5normalized OCR · source chars 4008-4868

מיט שנעלע טריט, דאס הארץ קלאפט האסטיק. איך קוק ארײן דורכן פענצטער, גוײם װוינען דארט. אויף דער װאנט הענגט דאס בילד פון געקרײציקטן יעזוס איך מאך אויף די טיר, קוק זיך ארום. מײן הארץ בלוטיקט, טרערן רינען פון מײגע אויגן, די גוײם מאכן זיך נישט פארשטײן, זײ פרעגן ״צא פאן כצע?״. איך ענטפער נישט און מיט שנעלע טריט גײ איך ארויס, זעץ זיד אװעק אויפן בית המדרש־הויף און םארזינק אין דעם אזוי נישט װײטן אמאל. פאר מײנע אויגן גײען דורך די 17 יאר פון מײן לעבן אין כמיעלניק. קינדהײט, ױגנט. װידער זע איך װי עזרא לויפט שבת פרי תהילים־זאגן. חםידישע ײדן מיט רעליגיעזן ברען און ױגנט, צױניסטישע, באלעבאטישע און קלאםן־באװוסטזיניקע, עםקנים פון דער קהילה און מאגיםטראט, שבת ױם טוב, ימים גוראים, ערשטער מאי, כ׳ תמוז — אלץ לויפט דורך שנעל פאר מײנע אויגן. איך כאפ זיך אויף, ס׳איז שוין פארנאכט. װאס טו איך דא ז דא װעל איך מער גישט פארבלײבן. איך פאר קײז ארץ־ישראל — פארװירקלעכן מײז ױגנט־חלום.

passage_411fe35e39e3b11153fb3220