Original scan
Original memorial-book scan 46
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-723

83 סגקם כמיעלגיק 84 פונעם ברײהויז אין ראטהויז, 1 וױינער׳ 10 קרעמער׳ 1 בעל עגלד״ 9 שנײדער׳ 4 היטלמאכער׳ 1 העפטער, 2 שמוקלער, 1 גאלדשמיד, 6 קצביס, 4 בעקער, (1 פון זײ ,א לעקעכמאכער. ״פיערניקאזש״), 1 זײפנזידער, 3 לעכטציער, 1 קאטלער, 1 אײנבינדער, 2 קאלכער, 1 רב׳ 2 חזנים, 1 שמש, 1 שוחט, 1 קברן, 8 מלמדים, 1 כליזמר, 1 בדחן, 1 װעכטער, 1 מיעדניק מעסטער. פון די 68 זענען געװען באשעפטיקט 20 אין פרײע בארופן (7.5%) — פון זײ 6 כלי קודש (2%), 10 אין האנדל (3.8%), 1 טראנםפארט (0.4%), 33 בעלי מלאכות (12.4%), 4 פאכט און שענק (1.5%). אין 18־טן י״ה האבן די ײדן געהאט א גרויסן חלק אין האנדל מיט רינדער פון פאדאליע■ װאס מ׳פלעגט פירן דורך מאלאגאשעץ, דרום־מערב פון קעלץ קיץ װראצלאװ (ברעסלאו), מיט פעל פאר פױיםן און שלעזיע װי אויך מיט תבואה.

passage_31dc52082a13ae3f6ba97364
Passage 2normalized OCR · source chars 725-1700

מיט דער ליקװידירוגג פון די אויטאנאמישע אינסטיטוציעכ האבן די קהילות אין פוילן געמחט אפצאלן חובות. נישט געװען קיץ אײן קהילה, אפילו די קלענסטע װאס האט געצײלט נישט מער װי צענטליקער נפשות, װאם איז נישט געװען פארזינקען אין חובות. די חובות פון דער מדינה צויזמיר־קראקע, צו װעלכער כמיעלניק האט געהערט, האבן אין יענעם יאר דערגרײכט לויט דער מאכט־קאנטראל 288,818 זלאטעס פלום צינזן אין דער הויך פון 34,218 זלאטעס. װי גרוים עם זענען געװען די חובות פון כמיעלײק גופא איז נישט באקאנט. עס איז אבער זיכער, אז אין די חובות פון דער מדיגה זענען אויך ארײנגערעכגט די חובות פון כמיעל־ ניק• אין דער תקופה פון אלט־פוילן האבן אין כמיעלניק מכהן געװען בארימטע רבנים מיט אנעדקענטער אומבאגרענעצטער סמכות. 1. דער ערשטער באקאנטער רב איז דער שוין דערמאנטער ר׳ יצחק, װעלכער איז געװען רב פאר תט״ז (1656) און איז אומגעקומען צוזאמען מיט זײנע בני הקהילה אין דער פויליש־ שװעדישער מלחמה7). 2. אין דער צוױיטער העלפט פון 17־טן י״ה איז געװען רב ר׳ יצחק יאיר פרענקל תאומים. ס׳איז אבער נישט באקאנט גענוי אין װעלכע יארן.

passage_2649d05d4fb65de7b99bfdc5
Passage 3normalized OCR · source chars 1702-2817

3. פון יאר 1702 איז געװען רב הרב אליעזר בר־יהודה 1660 —1730)8) געבוירן אין פינטשעװ, אן אײניקל פון לובלינער רב, הרב צבי הירש, דער אײדעם פון דער שװעס־ טער פון יעקב משה בר׳ אברהם העמלין אשכנזי, בעל מחבר פון ״מדרש רבא״. געדרוקט געװארן מיט הוספות מםפר ״יפה תואר״ און הוספות פון אברהמם זון. געדרוקט צוזאמען מיט א פירוש םון יאר תע״ה פון הרבי אליעזר פון פינטשעװ״ פראגקפורט ד׳אדער תס״ה און שפעטער אויך אין אמםטערדאם 1728, אוגטערן גאמען ״משנת אליעזר״, פירוש אויף אגדות פון תלמוד. אײדער ער האט איבערגענומען דאם רבנות אין כמיעלניק, איז ער שוין געװען רב אין עטלעבע פוילישע קהילות. עטלעכע יאר פאר זײן פטירה איז ער אריבער פון כמיעלניק קיץ פינטשעװ און אויך געװען רב פון גליל קראקע. פון זײנע םפרים זענען באקאנט ״דמשק אליעזר״ (יעםגיץ 1723) װעגן דער מסורה װי אויך װעגן קרי און כתיב פון תנ״ך־נוםח. ער איז געװען א מדקדק — װאס איז בכלל געװען א זעלטנקײט צװישן פױלישע רבנים אין יענער תקופה. נפטר געװארן אין פינטשעװ אין יאר 1730. זײן ספר ״דמשק אליעזר״ האבן די פרנםים אין מנהיגים שטארק געשעצט און האבן אים געגעבן אויף דער זיצונג פון ועד פון י״ח אלול תפ״א אין ריטשעוואל א געװיסע סומע פון דער קאסע פון ועד המדינה אויף צו דרוקן דאס םפרס1_9).

passage_d0319c2c34e2e3429feea1b3
Passage 4normalized OCR · source chars 2819-3813

4. הרב שמעון װאלף בר׳ יעקב יעקל איז פארן װערן רב פון כמיעלניק געװען דײן און ראש ישיבה אין פינטשעװ, מחבר פון ספר ״כבוד חכמים — אגדות ירושלמים״ (װעגן ירושלימער אגדות, האמבורג תס״ג) ״כבוד הבית״ (האמבורג תס״ז). געװען אב״ד אין כמיעלניק, זיך באטײליקט אין דער סעםיע פון ועד הארבע ארצות אין יאראסלאװ אין יאר 1699. אין כמיעלניק האט ער ז׳ כםלו תע״ב — 1712 געגעבן הםכמה אויפן ספר ״מסגרת השולחן״ פון ר׳ בנימין זאב װאלף שבת• פון פינטשעװ (בערלין תע״ג). ער װערט דערמאנט אין שו״ת ״יד אליהו״ פון ר׳ אליהו בר׳ שמואל מלובלין (מאה שו״ת) און אין ״בית שמואל״ פון הרב שמואל הלוי אב״ד פון שידלאװ און פיארדא. זיץ טאכטער איז געװען געהײראט צו ר׳ יששכר בעריש, זון פון אב״ד ר׳ יהושע העשיל מקראקע, פרנס און מנהיג פון ועד דארבע ארצות• װי װײט ער איז געװען מכובד אין זײן דור װײזט די הםכמה פון כ״ד המאורות הגדולים רבני ד׳ ארצות, װאם זענען געשטאנען אין שפיץ פון די קהילות אין פוילן (גרויס־ פוילן, קלײנפוילן, רײסן און װאלין, װאס װערט אנגערופן אין פויליש ; 111(86 0(11)8 216111 ן 60 1 *02161 1)812(2 צו זיץ ספר ״כבוד חכמים״'•).

passage_4084ce886529342ee6189c7c
Passage 5normalized OCR · source chars 3815-4534

5. הרב דוד שמואל שמעלקע איז געװען דער זון פון הרב ר׳ יהודה לײב, אב״ד פון ראקאװ און שידלאװ, װעלכער איז געװען זון פון יצחק אײזיק, אב״ד פון פשעמישל2•). זײן פאטער ר׳ יהודה לײביש װאס איז אויך באקאנט אלם ר׳ לײב משידלאװ איז םוף תע״ג אויפגענומען געװארן אלס אב״ד און ר״ם פון קראקע הגליל. געװען א פרנס און מנהיג פון ועד ארבע ארצות. נפטר געװארן אין קראקע אין יאר תצ״א (1713). ר׳ דוד שמואל שמעלקא האט געהאט פינף ברידער ־ דער שידלעװער רב ר׳ יהושע, דער טארנאװער רב ר׳ יצחק אײזיק, דער פרנם און מנהיג פון אפאטאװ ר׳ מרדכי, פרנם און מנהיג אין םטאשאװ ר׳ שמואל און רב און אב״ד אין פינטשעװ — ר׳ ױסף. הרב דוד שמואל שמעלקא האט זיך אויך באטײליקט אין דער םעסיע פון ועד דד״א אין יאר 1728, געװען רב אין כמיעלניק ביז 1731 און דערגאך אין פינטשעװ.

passage_18c6462823a99c8cd2ae0e06