85 ד״ר נ. מ. געלכער — געשימזע פון ײדן אין כמיעלניק 86 זייענדיק רב אין כמיעלניק האט ער א׳ חשון תצ״ט (1729) געגעבן הסכמה אויפן םפר ״זרע ברוך״ (וואנדסבעק 1730) פון מנחם בר׳ ברוך הלוי, חידושים װעגן ש״ם און פוםקים. אין יאר 1731 איז נפטר געװארן זיץ פאטער, הרב יהודה לײב משידלאװ, װעלכער איז דעמאלט געװען רב אין קראקע. דאם רבנות נאך זיץ פטירה האט באקומען נישט דער בכור יהושע, נאר דוד שמעלקע, װעלכער איז נאך דער רבנות אין כמיעלניק געװען רב אין פינטשעװ און פץ דארט איז ער אריבער קײן קראקע.
צוליב דער צװאה פון דער מוטער, װאם איז נישט געװען לטובת דעם בכור יהושע איז אויםגעבראכן א מחלוקת צװישן די ברידער, װאס האט קאמפראמיטירט ר׳ דוד שמעלקא אזוי װײט, אז ער איז באזײטיקט געװארן פון כםא הרבנות אין קראקע. אויף זײן ארט איז געװארן רב און אב״ד ר׳ יצחק ױסף תאומים פון םלוצק. ר׳ יהושע האט באשולדיקט זײן ברודער דוד שמעלקע, אז ער האט געפעלשט די צװאה צו זיץ גינםטן. אין 1730 האט ער ארײנגעטראגן קעגן אים אן אנקלאגע אין געריכט נאװע־מיאסטא — נאװי־קארטשין און האט ארויםבאקומען א באשטעטיקונג פון דער צװאה פון פרוי פאזשאראװסקי, די באזיצערין פון כמיעלגיק, װו ער איז דעמאלט געװען רב. דא איז אזש דערגאנגען צו א געשלעג צװישן די ברידער, בעת װעלכן ר׳ יהושע איז שװער פאר־ װונדעט געװארן און דאס איז באשטעטיקט געװארן דורך א מעדיציגישער אונטערזוכונג (וויםום רעפערטום) אין צויז־ מירער געריכט אין יאר 1734. יהושע האט אפילו געדראט צו דערמארדן זײן ברודער. דוד שמעלקא האט אפעלירט און געטענהט, אז די צװאה פון דער מוטער איז געשריבן געװארן געזעצלעך בײ דער אנװעזנהײט פון אלע ברידער און פרנםים אין כמיעלניק, און יהושע האט געמאכט יד אחת מיט די ברידער, איז באפאלן דוד שמעלקא נאך דער מוטערס פטירה און נאר אדאנק זײן שמש ױםף איז ער ניצול געװארן•
נאך דער מעשה איז יהושע נעלם געװארן פון שידלאװ. אין יאר 1739 איז ער דערשינען פארן ועד ארבע ארצות אין װראצלאװ און פארלאנגט פון די דײנים פון ועד צו הערן דינע טענות קעגן זײן ברודער דוד שמעלקע. װען זײ האבן נישט געװאלט און אים פארטריבן פון שטאט, איז ער אגט־ לאפן אין א קלויםטער פון יעזואיטן אץ זיך דארט געשמדט. לויט אנטדעקטע דאקומענטן פון פראפ׳ מאיר באלאבאן11) האט ער נאך לאנגע באמיאוגגען באקומען אן אדל־טיטל . ״פאן יאקוב שידלאװםקי״. די מעשה האט קאמפראמיטירט דוד שמעלקע און ער האט פארלאזט דאם כםא רבנות אין קראקע און אריבער קײן דזשאלאשיצע, װו ער איז נפטר געװארן אין יאר תקי״א (1751). ער האט איבערגעלאזט צװײ זין: ר׳ יהודה לײב, װעלכער איז געװען רב אין קאבילין בײ פויץ און מנחם־מענדל — רב אין טורקא. די איגיציאטארן פון באזײטיקן ר׳ דוד שמעלקע פץ קראקאװער כםא־רבנות, הרב יחזקאל לאנדע פץ טארנאװ אץ מאיר פון פינטשעװ, די נשיאים פון גליל קלײנפוילן, איז געלונגען נאך זיץ פטירה אויפצונעמען אלם קראקאװער רב הרב יצחק לאנדע. די משפחה לאנדע איז פון דאן אן געװען פאראינטערעםירט אין אלע קהילות אין דעם גליל אײנצו־ ארדענען אלס רבנים דיערע משפחה־מיטגלידער. אין יעדער קהילה װו ס׳איז נפטר געװארן א רב אדער דער רב האט פארלאזט זיץ פאםטן, האבן זײ געזארגט צו פארנעמען די לײדיקע ערטער.
אזוי ארום איז נאך דוד שמעלקא אויך אין כמיעלניק אויפגענומען געװארן אלם רב אײנער פון די לאנדעם. 6) הרב ױסף לאנדע האט י״א אדר תקכ״ג (1763) געגעבן אין כמיעלניק הםכמה אויפן םפר שו״ת ״גאוני בתרא״ פון ר׳ אליהו בר׳ משה גרשון פון פינטשעװ (טורקא 1764) און ט׳ אלול תקכ״ה אויפן ספר ״ספר דורות״ (קארלםרוהע 1769). 7) נאך דער פטירה פון הרב ױסף לאנדע איז געװארן רב אין כמיעלניק דער זון פון לעמבערגער רב הרב יהודה לײב איטינגא, הרב ױסף הלוי איטינגא — אײדעם פון קראקאװער אב״ד ה׳ יצחק לאנדע, װאם איז פריער געװען רב אין ראהאטין, א ברודער פון ר׳ אהרן איטינגא (1720—1769), װעלכער איז געװען רב אין יאװאראװ און פון יאר 1760 אין רײשע, וװ ער האט געפירט א שטארקע מלחמה קעגן די חסידים און באזונדערם קעגן רבי אלימלך מליזענםק, מחבר פון םפר ״נועם אלימלך״. הרב ױסף הלוי איטינגא איז שוין געװען רב אין כמיעלניק אץ יאר תקכ״ג (1763), װײל פון יענעם יאר איז פאראן זײנם א הסכמה אויפן םפר שו״ת ״גאוני בתרא״. זײן זון, ר׳ יעקב שמחה איז געװען אפטער רב נאך דער פטירה פון הרב ר׳ שאול הלוי. הרב ױסף הלוי איטינגא איז געװען אן אנהענגער פון ר׳ ױנתן אײבעשיץ. אין םפר ״לוחות העדות״ איז אפגעדרוקט זײנם א ברױו װעגן דער מחלוקת מיט ר׳ יעקב עמדין. איטינגא איז געזעםן אויפן כםא־הרבנות אין כמיעלניק ביז די גײנציקער יארן פון 18־טן י״ה.
נאך דער פטירה פון הרב איטינגא (כ״ט אב תקנ״ד) איז אויפגענומען געװארן אלם כמיעלניקער רב הרב ר׳ בעריש. בײם םוף פון 18־טן י״ה האט חםידות אנגעהויבן צו פארנעמען אן אלץ קענטיקן פלאץ אין ײדישן לעבן. אין כמיעלניק האט אין דער ריכטונג געװירקט דער אב״ד ר׳ אברהם דב אורבאך, א תלמיד פון מעזריטשער מגיד ר׳ דוד בער און ר׳ יעקב ױםף הכהן אב״ד פולנא, בעל ״תולדות יעקב ױסף״. שפעטער האט זיך דא מערער אנגענומען די חסידישע שיטה פון ר׳ אלימלך מליזענסק, וואס איז פאר־ שפרײט געװארן דורך זײן זון ר׳ ליפא 12) (וױיםבלום), װעל־ כער האט געװוינט אין כמיעלניק און האט געשמט פאר א בעל־מופת. לויט דעם מחבר פון ״םדר הדורות החדש״ איז ער געװען א ״צדיק גדול וקדוש, ורבים מישראל לקחו תורה מפױ״. ער איז גפטר געװארן כ״ו אדר תקש״ו (1806), זיץ זץ׳ ר׳ אריה לײב וױיםבלום פון כמיעלניק איז אן אײדעם פון אדמו״ר שמואל אבא שפירא, אײניקל פון ר׳ פנחס