87 פנקס כמיעלניק 88 קאריצער. ר׳ ליפא האט איבערגעלאזט אין כתב־יד א םפר ״אורח לצדיק״, וואם איז דערשינען ערשט אין יאר 1903. כמיעלניק איז געװען פארבונדן מיט ארץ־ישראל שוין אין דער צװײטער העלפט פון 19־טן יארהונדערט. צװישן די ערשטע חסידים אין צפת אין יאר 1830, איז אויך געװען ר׳ משה שמעון װאלף בן הגאון מכמיעלניק. ער האט געחתמעט א ברױו, װאס דער שליח פון צפתער חסידים, ר׳ ראובן פון דער משפחה פון ר׳ מרדכי מורדוש אב״ד פון פאריצק, האט מיטגענומען מיט זיך װען ער איז ארויםגעפארן קײן אײראפע זאמלען געלט13). ג. אן אויסגעשפראכן ײדיש שטעטל אין 19־טן י״ה איז מחמת דער חםידישער השפעה פארגעקומען א קענטיקער שינוי פון גײםטיק־קולטורעלן פרצוף פון כמיעלניקער ײדן. דער לאנגיעריקער קאמף צװישן מתנגדים און חםידים, האט לםוף געבראכט צו אן אבסאלוטן נצחון פון חםידות. די שטארקונג פון די חסידים האט זיך אנגעהויבן מיטן קומען אלס כמיעלניקער רב פון ר׳ דוד לאנדע. ער איז געװען באקאנט װי א גרויםער קנאי, און קײן װונדער נישט װאס דער קאמף פון די מתנגדים קעגן אים איז געװארן שטארקער פון טאג צו טאג. זײ האבן נישט אפגעשראקן זיך פאר קײן שום קאמף־מיטלען, האבן אפילו געװאלט אים אראפזעצן פון כסא הרבנות. זײן גרויס למדנות און דער יחוס פון דער משפחה לאנדע האט אים אבער געהאלפן. אויך אין
דער צײט פון זײן ױרש האט געדויערט דער קאמף ביז װאנען דאם חםידות, באזונדערס דאס קאצקער חסידות, האט אין גאנצן באהערשט די שטאט. אין דער צװײטער העלפט פון 19־טן י״ה איז זײ אפילו געלונגען אװעקצוזעצן אויפן כסא הרבנות א קאצקער חםיד — הרב אברהם יצחק סילמאן. ער פלעגט פארן צו ר׳ לײבעלע אײגער בעל ״תורת אמת״ און צו ר׳ צדוק הכהן בעל ״פרי צדק״. נאך דער פטירה פון בעל ״פרי צדק״ האבן לובלינער חסידים אים געװאלט אלס ממלא־מקום. הרב םילמאן האט אבער אפגעזאגט און געבליבן אין כמיעלניק, אדאנק הרב אברהם יצחק סילמאן, װעלכער איז געװען א תלמיד פון רבי אברהמעלע אײגער פלן לובלין, מחבר פון ״שבט יהודה״. אין די זיבעציקער יארן פון 19־טן י״ה, איז כמיעלניק געװען באהערשט פון לובלינער חסידות. שפעטער איז די קהילה ביזן םוף פון איר קױם געװען ארײנגעטאן אין מחלוקת װעגן רבנות, מחלוקתן אין רעזולטאט פון דער רױואליזאציע צװישן די חםידישע שטיבלעך : גער, מאדזשיץ, אוזשעראװ, אלעקםאנדער׳ לובלין.
די דערציאונג פון דער ױגנט איז צו יענער צײט נישט ארוים פון ראם פון טראדיציאנעלן לימוד אין ״חדר״ בײ גמרא־מלמדים און אין די בתי־מדרשים. אין דער צװײטער העלפט פון 19־טן י״ה איז אויך געגרינדעט געװארן א ישיבה גדולה מיט צװײ כיתות אין װעלכע מ׳האט געלערנט 10 שעה א טאג, װאס האט געשמט מיט אירע ראשי ישיבות און מלמדים. קײן כמיעלניק פלעגן קומען תלמידים פון אםך כית הכנםת בשנת 1958 — ממגורה די כמיעלניקער שול אין יאר 1958 סארװאנדלט געװארן אין א תבואה־שפײכלערי