89 ד״ר נ. מ. געלכער — געשיכטע פון ײדן אין כמיעלניין 90 ערטער אין פוילן לערנען אין דער דאזיקער ישיבה תלמוד. אין די יארן 1840—1870 האט פיל געלײסטעט פאר דער ארגאניזירונג פון ײדישע אינםטיטוציעס אין שטאט דער ראש־הקהל ישראל גוטמאן. אין דער צװײטער העלפט פון 19־טן י״ה — איז געװען באקאנט אלס מנהיג און עסקן פדן זײן קהילה ר׳ יוחנן סילמאן — דער זײדע פון הרב סילמאן, באקאנט אלס ר׳ ױחנן כמיעלניקער. ער האט רעפרעזענטירט די שטאט אויף דער עםקנים־פארזאמלונג אין װארשע נאך די פאגראמען אין רוםלאנד (1880) און איז אויםגעװײלט געװארן אלם שליח פון רוםישן ײדגטום צו פארן קײן פאריז און לאנדאן, צו מאכן אן אינטערװענץ מצד ײדישע פירערס בײ די רוםישע מאכט־ארגאנען.
פון עקאנאמישן שטאנדפונקט איז די לאגע פון כמיעלגיקער ײדן אין 19־טן י״ה געװען א גענוג סטאבילע. געװען, אמת, יארן, װען עם זענען אויסגעבראכן שריפות אין פיל הײזער, און קראמען און שפײכלערס זענען אװעק מיטן רויך. די ײדן זענען אבער גיד צוריק געקומען צו זיך. אין עקאנאמישן לעבן האבן ײדן פארנומען שליםל־פאזיציעס אין מסחר, פארקער, קרעדיט, אינדוםטריע און מלאכה. א צאל ײדן האבן אויך אויפגעשטעלט א טעקסטיל־פאבריק. אגדערע כמיעלגיקער ײדן האבן אין יאר 1866 איבערגעגומען די טעקםטיל־פאבריק אין קוכארי, װאם איז געגרינדעט געװארן דורך זלמן פויזנער. די דאזיקע ײדן האבן געגריגדעט די פאבריק אין כמיעלניק און האבן פראדוצירט דארפישע לײװנטן, אבער אין יאר 1867 האבן זײ געמוזט די פאבריקן שליסן. די זעלביקע ײדן זענען אויך געװען די איניציאטארן פון א דארפישער טעקסטיל־ אינדוםטריע אין כמיעלניק גופא, װאס איז אויפגעשטעלט געװארן אין זיבעציקםטן יאר און האט געארבעט ביזן אויס־ ברוך פון ערשטן װעלט־קריג. די גרויסע שריפה װאם איז פארגעקומען אין יאר 1876 האט חרוב־געמאכט פיל ײדישע פרנסות אבער שוין אין די אכציקער יארן האבן ײדן צוריק פארנומען די שליםל־ פאזיציעס אין מםחר׳ קרעדיט, פארקער, אינדוםטריע און מלאכה.
אין יאר 1897, אין װעלכן די רוסישע מאכט־ארגאנען האבן דורכגעפירט א פאלקסצײלונג, זעגען אין כמיעלניק געװען 5660 ײדן, 1618 ראשי משפחות און 4042 פאמיליע־ מיטגלידער. פון זײ זענען 1563 געװען באשעפטיקט און בלויז 10 משפחה־פירער מיט 29 משפחה־מיטגלידער זעגען געװען באשעפטיקונגסלאז און 30 ראשי־משפחות מיט 8 משפחה־ מיטגלידער האבן געלעבט פון עמעריטור, אדער פון קצבה׳ און 15 זענען געװען אין מיליטער־דינסט. אין יענער צײט זענען שוין אין שטאט געיוען פאכלײט פון פרײען בארוף. פיר דאקטוירים׳ אן אדװאקאט און דרײ באאמטע. אין האנדל און קרעדיט זענען געװען באשעפטיקט 554 זעלבשטענדיקע מיט 1930 משפחה־מיטגלידער14). פאר־ מעגלעכע און היחער־באזיצער זענען געװען 77 מיט 232 משפחה־מיטגלידער׳ אין אינדוםטריע און מלאכה זענען געװען 589 זעלבשטעגדיקע מיט 1390 משפחה־מיטגלידער, אין פארקער — 30 מיט 106 משפחה־מיטגלידער, כלי־קודש — 16 (17 בני־משפחה), מלמדים און לערערס (28 משפחה־ מיטגלירער); לאנדװירטשאפט 5 (12 משפהה־מיטגלידער). די װײטערדיקע ציפערן װײזן אויף דעם װוקס פון די צאל ײדן אין כמיעלניק אין די יארן 1765—1939 אין פארגלײך מיט דער אלגעמײנער נישט־ײדישער באפעלקערונג : פון דעם איז צו זעען׳ אז אין משך פין דער גאנצער תקופה 1765—1939 האט כמיעלניק געהאט אן אויםגעשפראבן ײרישן כאראקטער מיט אן אנטשײדנדיקער ײדישער מערהײט.
דער פראצענט אינעם נײעם פוילן (נאך 1918) האט׳ אמת׳ געהאלטן אין פאלן אין רעזולטאט פון דער אלגעמײנער לאגע און פון דער אנגעװענדעטער עקאנאמישער פאליטיק לגבי ײדן• מ׳דארף אבער דערבײ אויך נעמען אין באטראכט. אז בעתן ערשטן װעלט קריג זענען אסך ײדן אנטלאפן פון דער שטאט און מער נישט צוריקגעקומען און נאך דער מלחמה האט זיך אנועהויבן אן אױםװאנדערונג קײן אמעריקע, קאנאדע און ארץ־ישראל. פונדעסטװעגן האט די ײדישע באפעלקערונג אין יאר פון אויםברוך פון צװײטן װעלט־קריג דערגרײכט גאנצע 60 פראצענט פון דער אלגעמײנער באפעלקערונג. הערות — זע שפאלט 69 און סל.