ישעיה טרונק / די ײדישע קהילה אױ כמיעלניק ײי־יי״ אױ 19־טו יארהונדערט (באפעלקערונג און עקאנאמיק) 1. ארײנפיר װען די ײדן האבן זיך באזעצט אין כמיעלניק אױ גענוי נישט באװוםט. די עלטםטע ביז איצט באקאנטע מקורים־גאטיץ װעגן ײדן אין כמיעלניק שטאמט פון יאר 11 565 ) אבער פון דאנען איז גישט געדרונגען׳ אז ערשט אין דעם אנגערופענעם יאר האבן זיך ײדן באזעצט אין דער דאזיקער שטאט. לויט א נישט קאנטראלירטער מסורה זעגען אויפן אלטן בית־עולם׳ װאם האט זיך געפונען לעבן דער שול, געשטאנען לעזבארע מצבות ״פון 800 יאר צוריק״2). דער פאקט, אז דער אלטער בית־הקברות איז אין 19־טן י״ה שוין געלעגן אין נאענטער שכנות פון דער שול גיט א פעםטן גרונט צו א השערה, אז דער ײדישער װוינפערטל האט זיך במשך פון א פאר יארהונדערטער אויסגעשפרײט אין דער ריכטונג צופ אלטן בית־עולם, אזוי אז דער לעצטער װאם איז אמאל זיכער געלעגן מחוץ זײנע גרענעצן, האט זיך מיט דער צײט געפונען אין צענטער. ארגאניזאציאנעל איז די כמיעלניקער קהילה אין 17־טן און 18־טן יארהוגדערט געװען אײנגעשלאםן אין די גרענעצן פון קראקעװער־צויזמירער גליל און די זיצונגען פון ועד־הגליל פלעגן אפט פארקומען אין כמיעלניק.
בעת דער פויליש־שװעדישער מלחמה איז די קהילה כמעט אין גאנצן חרוב געװארן. דעם העטמאן טשארנעצקים גערילא־ באנדעס האבן אין 1656 אויסגעקוילעט צװישן דער כמיעלגי־ קער ײדישער באפעלקערונג בערך ססן נפשות3). במיעלניק איז אין 16־טן און אין דער ערשטער העלפט פזן 17־טן יארהונדערט געװען א צענטער פון דער עקםטרעמער ריכטונג פון פוילישן פראטעסטאנטיזם — פון אזוי גערופענעם אריאניזם, אדער אנטי־טריגיטאריאניזם. ד״ה פון דער סעק־ טאגטישער ריכטונג, װאם האט נישט געגלײבט אין דער געטלעכקײט פון דער דרײאײניקײט. נאך דעם װי די אריאנער זענען אין 1658 פארטריבן געװארן פון פוילן האט אויך נמיעלניק םארלוירן א טײל פון דער שטאטישער באפעלקע־ רונג. ײדן האבן פארגומען די הײזער פארלאזטע פון די אריאנער. זײ האבז אין דער דאזיקער שטאט, װאס האט א לאנגע צײט נישט געװוסט פון קאטוילישן אגטיסעמיטיזם, נישט אגגעטראפן אין זײער באזעצן זיך אויף קײן שװעריקײטן. ײדן האבן אויך דא קײן מאל נישט געװוסט פון באגרענעצונגען אין זײער וװינרעכט. לויט דער צײלוגג סון 17.55 האט די כמיעלניקער קהילה מיט איר סביבה געצײלט אסיציעל 1467 נסשות (חוץ זױג־ קינדער ביז אײן יאר). צורעכגענדיק אויך די זויגקינדער באקומט זיך א צאל פון בערך 1550 נפשות.
בעת דער דריטער צעטײלונג פון פוילן אין יאר 1795 איז כמיעלניק אריבער אונטער עסטרײכישער הערשאפט. די עסטרײכישע אקופאציע האט אנגעהאלטן ביז 1809, װען דער גאנצער שטח פון דער דריטער חלוקה (״נײ־גאליציע״) איז אײנגעגלידערט געװארן אין װארשעװער פירשטנטום. אין 1815 איז כמיעלניק געװארן א באשטאנדטײל פון דער צויזמערער װאיעװאדשאפט אין גײ־געשאפענעם א״ג קאנגרעם־ פוילן, און אין 1837, נאכן אפשאפן פון די װאיעװאדשאפטן — פון דער קעלצער גובערניע. נאך דעם דאזיקן קורצן היםטארישן ארײנפיר װעלן מיר איבערגײן צום באהאנדלען די דעמאגראפישע אין װירטשאפט־ לעכע פארהעלטענישן פון דער ײדישער באפעלקערונג אין כמיעלניק במשך פון 19־טן יארהונדערט. 2. די וױיטערדיקע טאבעלע (נומ׳ 1) וױױט דעם װוקם פון דער ײדישער באפעלקערונג אין כמיעלניק אין 19־טן און אין ערשטן פערטל פון 20־טן יארהונדערט. טאבעלע נומ׳ 1 װי מיר זען איז כמיעלניק געװען א שטאט מיט אן איבער־ װעגנדיקן ײדישן רוב, װאם האט בײם םוף פון 19־טן יאר־ הונדערט באטראפן מער װי 1 פון דער גאנצער באפעלקערונג. תחילת 20־טן יארהונדערט האט זיך דער פראצענט פארקלע־ נערט, אבער די ײדישע באפעלקערונג האט ביז די 20־קער יארן פון דאזיקן יארהונדערט נאך אלץ באטראפן מער װי \ פון אלע שטאטישע אײנװוינערם. אין צוױי פעריאדן קאנםטאנטירן מיר א צוריקגאנג אין דער