Original scan
Original memorial-book scan 460
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-783

919 פנקם כמיעלניק 920 דועזענער הײם. דארט האט מיד באגעגנט יאשעק םאבאלס װײב מיט דער םארקאםטישער פראגע־ ״דו לעבסט נאך?;״ און זי האט מיר אנגעהויבן דערזנײלן װי אזוי מען האט געשלאגן און פארפײניקט מײן פאמיליע און אנדערע ײדן. דאס האט זי מיר דערצײלט מיט א שמײכל אויף איר פנים. איך האב שוין נישט געקענט בלײבן מער אין כמיעלניק. מײן הארץ האט מער נישט געקענט פארטראגן און איך האב באשלאםן דעם זעלבן טאג צו פארלאזן דאם שטעטל. איך בין נאך ארומגעגאנגען אין מארק און געלעזן אויף די טראטוארן פרעזידױם פון ײדישן צענטראל־קאמיטעט אין פוילן, 1945. ד״ר עמיל זאמערשטײן אין דער שפיץ♦ דער צװײטער פון ליגקס — מרדכי זאנשײן, לײטער פון דער פינאנץ־אפטײלונג פון קאמימעט. די געמען פון פארשידענע ײדן װאס זענען געשטארבן פאר דער מלהמד״ װײל די פאליאקן האבן גענומען די מצבות פון בית עולמ און אויםברוקירט די טראטוארן.

passage_f4ad8b08f63d5263114bc767
Passage 2normalized OCR · source chars 785-1661

װארטנדיק אויף דעם לאםט־אויטא׳ האט זיך פאר מײן זכרון פארגעשטעלט דער מארק פון אמאל — די שנײדער מיט זײערע אנצוגן, די שוםטער מיט זײערע שיך, די שנײ־ דערינס מיט די העמדער װי זײ װארטן די פויערים זאלן קומען קויפן. שלמה דער װאםערטרעגער איז נישטא מער, די טרעגער מיט די קלײנע װעגעלעד און קלײנע אויסגעדארטע פערד, די פעקל־טרעגער װאם פלעגן שלאפן אויף דער שװעל נעבן דער ,אפטײק; לײבל שמיציק, דער נאר פון שטעטל לײביש קאטרינאזש מיט די הײסע באבעם — אלץ פארשװונדן ; די ײדן אין גרופעם רעדנדיק צװישן זיך װעגן מסחר, און אין אװנט די לעבעדיקע כמיעלניקער ױגנט מיט ביבער אין די הענט אופן װעג צו דער ביבליאטעק און צו די ארגאניזאציעם, שפאצירענדיקע ײנגלעך און מײדלעך, א טײל ערנסט און א טײל מיט קלונגענדיקע געלעכטערם, טרוימענדיק װעגן א ליכטיקער צוקונפט - דאם אלץ, װאם געװען װעט מער נישט זײן אין כמיעלניק — איז מיר קלאר געװארן. און אזוי בין איך ארויף אויפן לאסט־אויטא און אװעק אויף שטענדיק פון מײן הײמשטאט.

passage_de63998804d69c96016215da