ױםף ין&נטאר / צוריק קיױ פױלן נאד דער מלחמה (קריח אונו)
אין דעם אדונט פארן ארײנמארשירן פון די דײטשן האב איך שפאצירט מיט מײן חבר משה פרײם (א זון פון הרב אברהם פרײם פון קאנאדע). עם איז געװען א ליכטיקע לבנה־נאכט, אין הארצן איז אבער געװען חושך, נאכרעם װי מיר האבן זיך גוט אנגעקוקט מיט די צעשראקענע פנימער פין די אנמ־ לאפענע מענטשן פון שלעזיע. מיר זענען .אהײם שלאפן זײער שפעט. נישט באװיזן אײנצושלאפן, האט שוין אונדז געװעקט א גערויש און געפילדער פון מענטשן. צװײ א זײגער בײנאכט איז דאס גאנצע שטעטל געשטאנען אויף די פיס, ױנג און אלט האבן פארלאזט די שטאט. מען איז געגאנגען מאסנװײז אויף דעם װעג קײן שידלעװ, םטאשעװ. איך האב זיך אנגעטאן, געכאפט אויף זיך .א מאנטל און אװעק צוזאמען מיט א גרופע ױגנטלעכע אויפן שידלעװער װעג. דער װעג איז געװעזן באדעקט מיט א מחנה פון מענטשן װעלכע זענען געגאנגען מיט שנלע טריט פארויס. גאנץ פרי זענען מיר אנגעקומען קײן שידלעװ. פון מינוט צו מינוט איז די בהלה געװאקםן׳ עס זענען נאך מער מענטשן אנגעקומען און צוזאמען איז מען אװעק װײטער, קײן סטאשעוו. די מערהײט כמיעלניקער האבן באשלאסן צװוארטן ביזן אװנט און צוריק אהײם. אויך איך בין צוריק .אװעק קײן כמיעלניק. בײנאכט איז געװען א מורא צו גײן אויפן שאסײ, װײל ער איז שוין געװען פארפולט מיט לאסט־אויטאס, מיליטערישע געפאנצערטע אויטאס פון האר־ מאטן און פארשידענע מאשינען־געװערן. מיר זענען געגאנגען איבערן פעלד. פון דער װײטנם האבן מיר געזען דעם רויטן הימל פון ברענענדיקע כמיעלניקער הײזער, װאס די דײטשן האבן שוין געהאט אונטערגעצונדן בײם ארײנמארשירן. איך האב זיך דערנענטערט צו דער שטאט. בײ מאליגאװםקים סאד זענען שוין געשטאנען דײטשן און האבן זיך געפארעט בײ א מיליטערישן מאטאציקל, פון דעם קויש האט ארויםגעשטיגן א לופע פון מאשין־געװער. אײנער א דײטש האט זיך געבײ־ זערט־ ״שלעכטע װעגן האבן אונדז די פאליאקן צוגעגרײט,
דאנערװעטער •״ ״מיר האבן די רעדער פארלוירן און קענען װײטער נישט פארןז״ — האבן די פארשטויבטע זעלנער געשריגן• אין גרוים שרעק האב איך זיך צוגעשארט צו מײן שטוב. אין די גאסן האט געהערשט א טויטע שטילקײט װי אויף א בית הקברות. די הײזער און קלײטן זענען געװען פאר־ מאכט. איך בין אנגעקומען צו מײן שטוב דורכן מארק. איך בין אריבער דעם פארקאן פון דער ײדישער גמינע און ארײן אין אונדזער װוינונג. מײן גאגצע משפחה און אויך שכנים זענען געזעםן צוזאמען אין שרעק, מורא געהאט א הויך װארט ארויסצורעדן. ארום 11 א זײגער האט ארײנמארשירט די דײטשע שטורם־אפטײלונג און בליץ־שנעל איז די גאנצע שטאט געװארן באלאגערט מיט מיליטער. איך האב ארויס־ געקוקט דורך א שפארע פון לאדן און געזען װי מאסן דייטשן קומען אן מיט מיליטערישע לאסט־אויטאס, הארמאטן אץ מאשינען־געװער, שטעלן זיך אין מארק און אין די געםלעך ארום. אויפן ברוק האבן געהילכט די געקאװעטע שטיװל פון די זעלנער, און באלד האבן זײ אנגעהויבן די רוצחישע ארבעט.
דרײ טעג האבן די דײטשן מארשירט דורך די כמיעלניקער גאסן, דערנאך האט זיך אנגעהויבן דאם ראבירן ײדישע געשעפטן. דער ערשטער קרבן פון דײטשן רויב איז געװען דער גרויםער פלאץ פון האלץ און ברעטער פון באקאנטן האלץ־םוחר יעקל קויפמאן, װעלכער איז געװארן אויסגעלײ־ דיקט ביזן םוף. אײנצײטיק האבן זיך אנגעהויבן די צװאנגס־ עפנטלעכע ארבעטן, באגלײט מיט דערנידערונג פון ײדישן כבוד. זעענדיק װאס עס שטײט אונדז פאר, האב איך מיט מײן חבר לײביש־חײם ראזענבלום באשלאסן צו פארלאזן כמיעל־ ניק׳ זיך אריבערצובאקומען אין דער צװײטער זײט פון דער װײסל. דעם 11־טן נאװעמבער 1939 זענען מיר .אװעק פון כמיעלניק. מיר האבן געװאנדערט אין שרעק און הונגער, ביז מיר זענען אנגעקומען קײן לעזשאנסק. דארט האבן אונדז די דײטשן געכאפט און אונדז גוט אנגעקלאפט די בײנער. מימ גרוים מי און שװעריקײטן זענען מיר אדורך דעם סאן, װעלכער האט געהאט א צעבראכענע בריק. מיר זענען נאך אבער װײט געװען פון ציל. צו דער רוםישער גרעגעץ זענען מיר נאך גישט געקומען און דער פחד פאר די דײטשן איז גרויס. בײם אדורכגײן די גרענעץ׳ זענען מיר ארעסטירט געװארן דורך די רוסן צוזאמען מיט פיל ײדן פון עםטרײך און אנדערע לענדער. מיר זענען געזעסן א צײט אין שיניאװער תפיסה, און װען מיר זענען באפרײט געװארן, זעגען מיר גלײך געפארן קײן לעמבערג. דארט האבן מיר געטראפן פיל כמיעל־ ניקער פליטים. דאךט האב איך זיך געשײדט מיט מײן טײערן חבר לײביש־חײם ראזענבלום. ער האט זיך פרײװיליק געמאלדן אין די שאכטן קײן דאנבאס. איך בין אװעק קײן קאלאמײ און שפעטער קײן טיף־רוסלאנד, ביז איך בין אנגעקומען קײן סיביר. דארט האב איך געארבעט בײם אוים־ האקן װעלדער. איך האב זיך צעשמועםט מיט די ארבעטער — רוסן און ײדן, װאם זענען געװען פארשיקט אין םיביר, און זײ האבן מיר געזאגט, אז פון דאנען װעל איך קײנמאל נישמ
ארוים. די פארשיקטע האבן געשטאמט פון פאלטאװע, קרע־ מענטשוג, צװישן זײ — שרײבער, שוישפילער און קולטור־ טוער, װעלכע זענען געװעזן נאענט באפרײנדעט מיט איציק