915 פנקם כמיעלניק 916 זיך. גלײך װי איך בין דארט אנגעקומען׳ האב איד נאכגעקוקס די ליםטע פון די אלע װאס זענען דארט געװען׳ און אויד פון אזעלכע װאם זענען דורכגעפארן קיעלץ. איך האב נישט געפונען׳ װאס איך האב געזוכט. איך האב דארט געטראפן עטלעכע כמיעלניקער׳ װעלכע זענען שפעטער דערמארדעט געװארן אין דעם טרויעריק־בארימטן קיעלצער פאגראם.
בײ דער כמיעלניקער ״ראגאטקע״ בין איך אויפגעשטיגן אויף א לאסט־אויטא. װען עס האט זיך דערנענטערט דאם שטעטל האב איך אנגעהויבן ציטערן. איך האב נישט געקענט זיך באהערשן. איך האב געװוסט װאם עס דערװארט מיך דארטן און װעמען איך קען דארט טרעפן. די װירקלעכקײט האט איבערגעשטיגן מײן פאנטאזיע. דאס ערשטע האב איך דערזען׳ אז דאס הויז װו איך האב געלעבט איז פארשװונדן און עם װאקסן דארט קארטאפל. אין מארק איז געװען אזא שטילקײט װי אויף א בית עולם. בלויז אײן אנגעטרונקענער פאליאק מיט א הונט האט זיך דא געפינען. דער מארק׳ װאם איז אמאל געװען פול מיט ײדישקײט און יידן׳ איז איצט ריין פון ײדן ו איך האב זיך נאכגעפרעגט און האב געטראפן 17 ײדן אייף דרײ פלעצער. צומארגנס האב איך אנגעהויבן װאנדערן איבער די גאסן׳ געקומען צוערשט צו דער שול װו איך האב געזען׳ אז פון דעם הײליקן פלאץ האבן זײ געמאכט א שפײכ־ לער. איך האב זיך אװעקגעזעצט אויף דער שװעל פון יצחק יאמראזעק דעם מלמד׳ אנטקעגנאיבער דער שול. דורך מײן מוח זענען פארבײ דערינערונגען פון דעם ערשטן טאג װען מײן פאטער האט מיך געפירט אלס א קלײן קינד אין שול דאװענען. איך האב אלץ געזען װי עס װאלט געװען לעבעדיק. איך האב געזען נאכאמאל די ײדן בעטן צו גאט׳ אײנגעהילט אין טליתים און די קינדער נעבן זײ. איך האב דערזען מיך אלײן גײענדיק צום בעלעמער אײנגעהילט אין מײן פאטערם טלית׳ רוען איך בין בר־מצוה געװארן. אין מיץ פאטערס אויגן האב איך געזען טרערן פון פרײד װען דער חזן האט אויסגערופן מיץ נאמען : צבי בן משה ! צום מערםטן האט אבער זיך פאר מיר פארגעשטעלט דאם בילד פון א כל־נדרי־ נאכט׳ װען יעדע גאם׳ יעדעם װינקל פון שטעטל איז געװען אײנגעהילט אין ױם־טובדיקער ערנםטקײט. א צװײטער מאמענט װאם האט זיך מיר דערמאנט זיצנדיק אזוי אויף דער שװעל אץ קוקנדיק אויף דער שול׳ איז געװען פאר מוםף ראש
השנה׳ אדער ױם כיפור׳ װען דער חזן האט אנגעהויבן זאגן ״הנגי העני ממעש״ און דער כאר׳ ױנגע און עלטערע׳ האט אים געהאלפן אין זײן אויסטענהען זיך מיט גאט. אין הויז׳ װאס האט באלאנגט צו לײבל פרידמאן האט זיך געפונען דער מאגיסטראט און אויף דעם ערשטן שטאק א שטוב װו עס איז געזעםן א פארשטײער פון די ײדן. דארט האב איך געטראפן יאםל קויפמאן. איך האב זיך רעגיםטרירט אין דעם בוך וױ אלע אנדערע׳ װאס זענען געבליבן לעבן און געקומען קיץ כמיעלניק. ער האט מיר געגעבן ש זלאטעס. איך האב װײטער אגגעהויבן גײן איבער די גאסן. עם האט מיך געפירט צו דער קיעלצער גאס. איך בין שטײן־געבליבן
בײ דעם הויז װו איך בין געבוירן און דערצויגן געװארן. דאס הויז גופא׳ װי געזאגט׳ איז שוין נישט געװען׳ קארטאפל האבן דארט געװאקסן. איך בין געשטאנען אויף דער אנדערער זײט גאם נעבן משה שיעם הויז. איך װײם נישט װי לאנג איך בין דארט געשטאנען׳ אבער א סך לאנגע גוטע און שװער־ביטערע יארן זענען דורך מײן געדאנק דורכגעלאפן. קוקנדיק אויף די װאקסנדיקע קארטאפל׳ האב איך געזען 8 ױנגע צװײגן ארונטערגעהאקט — מײן ליבן פאטער׳ מײן מײערע הארציקע מאמע׳ מײגע 4 ױנגע שװעסטער און מײנע צװײ קלײנע ברידער. מײן הארץ האט געוױיטיקט׳ — נישט אויף דעם שװערן לעבן װאם איך האב דורכגעמאכט נאר אויף דעם ביטערן גורל פון מײנע ליבסטע און טײערםטע װעלכע זענען פארפײניקט און דערמארדעט געװארן.
עטלעכע טעג בין איך געװען אין כמיעלניק : האב ארומ־ געװאנדערט אין אלע גאסן פון שטעטל. יעדעס ארט האט מיך דערמאנט אין פארשידענע איבערלעבונגען — אין מײן ױגנט׳ אין די חברים פץ ״ױנג־באר״ און פון ספארט־קלוב ״שטערן״. יעדער שטײן אין דעם שטעטל האט מיך דערמאנט אין אן אנדער איבערלעבונג. איך האב זיך דערנענטערט גײענדיק צו דער ״קאלעיקע״ און צום קינא. איך האב זיך דערמאנט װי אין דעם קינא־זאל האבן געהאלטן רעדעס די בעסטע רעדנער׳ װאם ײדן האבן געהאט אין פוילן : יצחק גרינבוים׳ אנשל רײם׳ זרובבל׳ משה ערעם׳ אברהם ביאלאפאלסקי׳ ױסף ראזען׳ בוקםבוים און צענדליקער אנדערע. װער קען פארגעםן די קאמפן אין דעם זאל און צװישנרופן בײ אזא פארזאמלונג. איך קען אויך נישט פארגעםן די פארשטעלונגען װאם מיר האבן געהאט אלם ײנגער בחור׳ װען כ׳בין געװען דער םופלאר צו נטע וױינבערג׳ מאקס רעיפיש׳ איטשעלע נײמאן. איך דערמאן זיך אויך א מאמענט פון ײדישער אײניקײט : בײ א פארשטעלונג פון א נישט־ײדישער טרופע׳ װעלכע האט גאסט־ ראלירט אין כמיעלניק׳ האט אײנער פון די אקטיארן אפי באלײדיקט ײדן. גלײך דעם זעלבן מאמענט האט זיך אויפ־ געשטעלט דאקטער ׳באלאנאװםקי און אויפגעפאדערט אלע ײדן צו פארלאזן דעם זאל און נישט נעמען צוריק פאר די בילעטן. אלע ײדן האבן שטילערהײט פארלאזט דעם זאל אלס פראטעסט. דער דאזיקער אקט האט געהאט א ברײטן אפקלאנג אין אלע שטעטלעך ארום כמיעלניק. אין די אויגן פון די פאליאקן האט דער דאזיקער פראטעסט ארויםגערופן רעםפעקט•
אויף נאך א פלאץ האב איך באשטימט מח איך נאך זײן : אין דער ראזורע פון לײבל װילטשיק׳ װו איך האב געארבעט 11 יאר און בין געװען אין דעם הויז רוי אײנער פון דער משפחה. דאם הויז האט באװוינט א פאליאק װאם האט אוים־ באהאלטן יאסל קלײנערט מיט זײן פאמיליע. די רעזורע האט אויך געהאט א פאליאק. זײענדיק דארט זענען מײנע דערינע־ דונגען צוריק געגאנגען מיט 7—8 יאר. דאם איז נישט געװען בלויז א רעזורע צו שערן האר און ראזירן. אין דער רעזורע און אין דער שטוב דערנעבן זענען זיך צוזאמענגעקומען יעדן