Original scan
Original memorial-book scan 463
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1168

917 הערשל קאמינסקי — דרײ מאל האב איך זיך געזעגנס 918 די ערשטע גרופע פון דער שארית־ הפליטה אין כמיעלניק יאר 1945. עס זיצן פון רעכסס : סאמעטבאנד רבקה, ישראלקע און אסתר װיגאדני, קאזאק, גיטל שולזינגער. עס שטײען פון רענטס: שאול מאראװיטש, םויבע פאסטאק, מאיר מאלי, מינדל גארליצקי, יחוקאל פאםטאק, טאשע װיגאדני, ישראל־יצחק רידעלניק. טאג, יעדן אװנט דאם שענםטע און בעםטע װאס כמיעלניק האט געהאט. דארט זענען באהאנדלט געװארן אלע פראבלעמען פון ײדישן און אינטערנאציאנאלן לעבן. צו דעם שטענדיקן קרײז האבן געהערט ד״ר באלאנאװםקי, לײבל װילטשיק, ישכר קאנערצוקער, יאםל קלײנערט, מײלעך בלאט, דער דענ־ טיםט רוטערבאנד׳ מאקס רעיפיש (דער אלטער בוגדאװיעץ), קלמן מידעזשיגורםקי, אברהם ליס (װען זײ זענען געװען אין כמיעלניק), און די באליבטע פרוי פון יאסל קלײנערט. דארט זענען פארגעקומען דיםקוסיעם װאם האבן ארויסגערופן אינ־ טערעס בײ יעדן װאם האט נאר געלעזן א צײטונג אדער א בוך. מען האט געשפילט שאך און אמאל אויך א קערטל• איך האב געפלעגט דארט זיצן ביז שפעט אין דער נאכט און זיך צוהערן צו די דיסקוםיעם. ארויםגײענדיק פון דעם רעזורע האט מיך באגעגנט א פוילישער פרײנט, װאם איז געװען מיט מיר צוזאמען אין דער פוילישער ארמײ ער האט זיך דערפרײט מיט מיר. נאך עטלעכע װערטער פרעגט ער מיך צי איך װיל צוריק אנהײבן

passage_a322326365c85d41f7df180e
Passage 2normalized OCR · source chars 1170-2289

ארבעטן אין דער רעזורע און זי נעמען פאר מיר. איך האב אים געפרעגט פארװאם ער פרעגט מיך דאס׳ זאגט ער מיר גלײך, דער װאם איז איצט אין דער רעזורע און ארבעט דארט איז זײנס א קוזין, און אויב איך האב אין זינען אװעקצונעמען דאם פון אים, האט ער מיר געװיזן א רעװאלװער און געזאגט: ״איך װעל דיך פארטיק מאכן !״ נאבדעם בין איך אװעק באזוכן דעם לעצטן פלאץ צו װעלכן ס׳האט מיר געצויגן — צום בית עולפ. דאם ארט איז געװען צעשטערט, דער ארײנגאנג צעבראכן, די מויערן אײנגע־ לײגט. אין בײדע זײטן פון ארײנגאנג — צװײ גרויסע ברידעד־ קברים מיט פארפײניקטע און געשאסענע ײדן. איך בין גע־ גאנגען איבער דער לענג און דער ברײט פונעם בית עולם און געזען צעבראכענע מצבות, רואינירטע קברים. פארן ארוים־ גײן בין איך שטײן־געבליבן בײ די צװײ גרויםע מאםן־קברים און שטיל געזאגט קדיש : אפשר ליגט דארט מײן פאטער, מו־ טער אדער װער פון מײנע פיר שװעםטערם און צװײ ברידער. אתיסגעקומען בין איך אין קיעלצער גאס נעבן מײן גע־ די שארית־הפליטה אויפן כמיעלניקער געשענדעטן בית־הקברות — 1945 נעבן דער מצבה פון סאבל־ מאכע רידעלניק הי״ד — פון די ערשסע קרבנות פון דער היטלער־אקופאציע, זיצס איר ברודער ישראל־יצחק רידעל־ ניק. עס שטײען צװ. אנה : שאול מאראװיטש, יהושע שסײנפעלה מינדל גארליצקי.

passage_24aac21e42de514389d2dc8c