Original scan
Original memorial-book scan 464
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1153

927 םנקם כמיעלניק 928 דער פאגראם האט זיך אגגעהויבן. נאך דעם װי דער אונטערגעהעצטער המון האט זיך צע־ היצט, האט מען אנגעהױבן װארפן שטײנער אין קאמיטעט אריץ. אויף די געשרײען איז געקומען צולויפן פאליצײ און אויך מיליטער־לײט, װעלכע זענען שוין געװען צוגעגרײט אנטײלצונעמען אין דעם פאגראם. זײ האבן זיך ארײנגעריסן אין קאמיטעט ארײן, כלומרשט כדי צו נעמען אין שוץ די מענטשן איגעװײניק. פארלאנגט, אז די ײדן זאלן גאר נישט ענטפערן און װער עם האט געװער, זאל עס אװעקלײגן. פלוצלינג קומען אן צו פארן די גרויםע מיליטער־לײט אין װענדן זיך גלײך צום פרעזעם, ד״ר כהנא, מיט װעלכן איך בין דעמאלט געװען אין זעלבן קאבינעט. זײ דערקלערן, אז אין געצײלטע מיגוטן װעט זיך אלץ אפשטעלן, און אז קײנער זאל נישט ענטפערן מיט קײן געװער. אין דעם מאמענט נעמט ד״ר כהנא דעם טעלעפאן, כדי צו קלינגען צום װאיעװאדע. אבער דא גייט הינטער אײנער פון די מיליטער־לײט, נעמט ארויס פון טאש א ברוינינג, און שיםט אריץ ד״ר כהנא דרײ קוילן• ד״ר כהנא פאלט פון שטול מיטן טעלעפאן־טרײבל אין האנט. דאם איז געװען דער ערשטער קרבן פון דער גרויםער שחיטה. בעת װעלכער עם זענען אויף א בעםטיאלישן אופן דערמארדעט געװארן 42 ײדן און 81 זענען פארװונדעט געװארן. איך בין פארוװנדעט געװארן און אפגעלעגן א געװיםע צײט אין לאדזשער שפיטאל.

passage_68e2abc34fcf6e197a037f28
Passage 2normalized OCR · source chars 1155-1902

אין דעם זעלבן טאג האבן זיך פארזאמלט אין כמיעלניק טויזנטער פויערים, בײ א צען ײדן זענען אינגאנצן געװען אין שטאט. פיר ײדן האבן זיך אויסבאהאלטן אין שטאטישן מאגיסטראט אן אויםזיכטן זיך צו ראטעװען. פלוצלינג זענען קײן כמיעלניק אגגעקומען עטלעכע מאשינען מיט מיליטער. אין שפיץ פון דעם מיליטער איז געשטאנען א ײדיש העלדיש מײדל פון כמיעלניק מיטן נאמען עטקע לעװקאװיטש. די אפטײלונג האט געעפנט א פײער אויפן המון. עטקע אלײן האט געהאלטן א מאשין־ביקם אין האנט און געשאסן אויף רעכטם און לינקס. דער המון איז זיך פונאנדערגעלאפן. אזוי ארום זענען אפגעראטעװעט געװארן די ײדן, װעלכע האבן זיך געפונען אין יענעם טרויעריקן טאג אין כמיעלניק. צװישן די הרוגים אץ קעלצער פאגראפ זענען געװען פיר כמיעלניקער ײדן: שמואל װײנבערג, משה ױדל אײזנבערג, מענדל מיקאלאװסקי דוי אויך פרוי פלוטגא.

passage_63d4d8554e62cd1427bcf972