חיה ראזנבלום־פרוכט שמואל װײנבערג - דער קרבו פוו קעלצער פאגראם
שמואל וױינבערג, א זון פון יעקל זוײנבערג׳ געבוירן אין 1913, אין כמיעלניק. אין דער פריםטער ױגנט געלערנט אין חדר און אין דער ישיבה. צו 12 יאר װערט ער א חבר אין ״השומר הצעיר״, טרוימט עולה צו זײז קײז ארץ־ישראל, לעבן אין א קיבוץ. די טויערן פון לאנד זענען אבער פאר־ מאנט פאר ײדישער עליה דורך דעם פאספילד־בװ־. די ױגנט װערט אנטוישט, אויף דער ײדישער גאס באװײזמ זיך דער ״רויטער משיח״. די ײדישע ױגנט אין שטעט און שטעטלעך קלאמערט זיך אין געדאנק, אז ״נאר ליבע און גלײכהײט צװישן פעלקער קען די מענטשהײט רעטן״. די באװעגונג איז אן אומלעגאלע. די פאליצײ װײםט אבער אלץ׳ און בײ דער ערשטער געלעגנהײט װערן 18 ײגגלעך און מײדלעך ארעם־ טירט און זײ באקומען תפיסה. פיר יאר האט שמואל פאר־ בראכט אין תפיםה — פון 16־טן ביזן 20־טן יאר פון זײן לעבן. דארטן איז ער אבער װײטער געבליבן דער עקשנותדיקער קעמפער, האט דארט געטרוימט און געלערנט. פון דער תפיסה איז ער ארוים אן אפגעשװאכטער אין גוף אבער א געשטארק־ טער אין גײםט. אין יאר 1937 פרװוט ער אויך אזיף פאר־ שידענע װעגן צו קומען קײן שפאניע, בכדי אנטײלצויעמען אין קאמף אויף דער זײט פון דער רעפובליקאנישער ארמײ. ער װערט ארעםטירט, זיצט און קומט צוריק. אין יאר 1939, מיטן אויסברוך פון צזוײטן װעלט־קריג, פארלאזט ער כמיעלניק אויפן װעג קיץ רוםלאנד.
אין יאר 1941, װען איך בין געקומען קײן קרים, האב איו געטראפן שמואל װײנבערג װוינען צוזאמען מיט שמואל קויפמאן. בײ געװיםע כמיעלניקער פליטים זענען שײן דעמאלט געװען בעםערע צײטן. שמואלן האב איך אבער געטראפן בלאס, מאגער, אויסגעפײניקט. כ׳בין געװען דער־ שטוינט, כ׳האב אים געפרעגט, צי האט זיך דאם אלץ געלזינט -י' ער האט מיר נישט געעגטפערט, אויף זײנע ליפן האט זיך באװיזן א שמײכל און נאך א פאר מינוט קלערן האט ער געזאגט : ״אװי מוז עם זײן, עם װעט גוט זײן״. ער האט זיך פאראינטערעסירט מיט אונדז׳ געמאכט באמיאונגען איז איר בין אריץ ארבעטן אין דער זעלבער פאבריק וװ ער האט געארבעט אלם שלאםער־מעבאגיקער. ער האט געפירט א שװער לעבן און האט בכלל פיל איבערגעלעבט. דער לוין האט נישט געקלעקט אויף דעם ארעמען לעבן אפילו. און אזוי איז אדורך די צײט, ביז מיר זענען צוריקגעפארן קײן פוילן. מיר זענען געװען גליקלעך, מיר האבן געהאפט צו קומעז קײז כמיעלניק און טרעפן אונדזערע טײערע און נאענטע. מיר האבן נאך נישט געװוםט זועגן דער פארניכטונג. אמאל איז שמיאל
װיינבערג אריינגעקומען צו מיר אין שטשעטשין און פאר־ געשלאגן, אז מיר זאלן צוזאמען אריינפארן קיין במיעלניק. אין באשטימטן טאג האב איך נישט געקאנט פארן, װײל איך האב באקומען געבורט־װײען. איך האב אים דעריבער געבעטן : ״שמואל, ווארט צו ביז איך װעל געבוירן, דאן װעלן מיר צוזאמען פארן״• אויך מיץ מאן האט אים געזאגט : ״צחאמען איז הײמלעכער און זיכערער״. ער האט געענטפערט : ״איך קאז נישט װארטן. איך האב קײן מיטלען צום לעבן. אז איך װעל קאנען עפעס פארקויפן אין כמיעלגיק, װעל איך זיך ראטעװען. דאס װעט מיך שטעלן אויף די פים״. שמואל האט זיך מיט מיר הארציק געזעגנט. אין א פאר טעג ארום האבן מיר דערהאלטן די טרויעריקע ידיעה װעגן קעלצער פאגראם. אדורכקוקנדיק אין קאמיטעט די רשימה פון די געפאלענע אין קעלצער פאגראם איז מיר פינצטער געזוארן פאר די אויגן : אונדזער טײערער שמואל איז געפאלן א קרבן נאך דער באפרײאוגג, פון די הענט פון די פוילישע רוצחים.
א כמיעלניקער פרוי, חײקע פון דער ״אלעיארניע״, װעלכע איז אלײן געבליבן לעבן בײ דעם פאגראם על־פי־נס, האט זיך געפיגען אין קעלץ אין דעם ײדישן הויז אויף די פלאנטי, רוען דער פאגראם האט אנגעפאנגען. זי איז געשטאנען מיט א קלײן קינד אויף דער האנט, אויםגעדרײט מימן פנים צום פענצטער און געזען װי מען שלאגט און מען מארדעט מיט דער גרעםטער אכזרױת. אט די פרוי האט מיר דערצײלט װי אזוי שמואל וױינבערג איז געפאלן. אין יענעם טאג איז ער גראד געקומען פון כמיעלניק, װו ער האט פארקויפט דעם פאטערס הויז און גענומען האנטגעלט: 22 טויזנמ זלאטעס. אין אכט טעג ארום האט ער געזאלט װידער קימען, בכדי צו באקומען די רעשט געלט. ער איז געװען צופרידן און געזאגט, אז איצט װעט ער אנהויבן גיץ אויף א גײעם לעבנם־ װעג. אין קעלץ האט ער זיך געטראפן מיט משה קװאשניעװםקי בײ אים אין דער װוינונג. משה האט שמואלן געװארנט : ״גײ נישט דארט אהין, עם איז א פאגראם־שטימונג״. שמואל האט די װארענונג גרינגגעשעצט און איז אװעק אין ײדישן הויז אויף די פלאנטן. ער איז פון דארט מער נישט ארוים. ער איז בעסטיאליש דערמארדעט געװארן דורך די פוילישע באנדיטן.
לאנג, לאנג האבן מיר פון שמואלן גערעדט און געטראכט. ער האט אזוי פיל מיטגעמאכט, געליטן הונגער און קעלט, געװען אזוי אײנזאם, תמיד געהאפט אויף א בעסערן מארגן, אבער אזוי טראגיש אומגעקומען, אומגעקומען אויף אזא בעםטיאלישן אופן.