Original scan
Original memorial-book scan 466
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1087

אלתד גרינבוים (אלבערט) - א נאכמלחמה־קרבו געבוירן אין יאר 1918 אין כמיעלניק. זײן פאטער, מאיר עליעם, דער באװוסטער שנײדער אין כמיעלניק, אלתר האט, װי אלע כמיעלניקער קינדער׳ געלערנט אין חדר און אין דער ״פאװשעכנער״ שולע. אין דער פריעסטער ױגנט איז ער ארײן אין ״השומר הצעיר׳/ שפעטער געװארן אקטױו אין דעד קאמוניסטישער פארטײ. ער איז געװען זײער טעטיק בײם ארגאניזירן די ױגנט אין דער קאמוניםטישער פארטײ. צו יענער צײט האט א פראװאקאטאר אויםגעגעבן אלתרן. די פאליצײ האט בײ אים געמאכט א רעװיזיע, געפונען א רויטע פאן און ער איז פארמשפט געװארן אויף א יאר תפ'סה. דער לײכטער אורטײל איז געװען מחמת דעם, װאס ער איז נאך געװעזן מינדעריעריק, נישט אלט געװעזן נאך קײן 18 יאר. װען ער איז באפרײט געװארן פון תפיסד״ איז ער װידער געװארן אקטױו. מיטן אויםברוך פון שפאנישן בירגער־קריג׳ האט ער געשמוגלט די גרענעץ און איז אנגעקימען קײן שפאניע, װו ער האט געקעמפט צוזאמען מיט מאיר סאלאזש פון כמיעלניק, װעלבער איז שוין דעמאלט געװעזן אן אפיציר. בײ א שלאכט אין שפאניע, װען מאיר סאלאזש איז פארװונדעט געװארן, האט אים אלתר געגעבן די ערשטע הילף און אים אראפגענומען פון שלאכטפעלד. גאכן שפאנישן בירגער־קריג, איז אלתר אװעק קײן בעלגיע,

passage_a100c47230db91f445c73012
Passage 2normalized OCR · source chars 1089-1822

װו ער האט געארבעט און געלעבט. מיטן מלחמה־אויםברוך אין 1939 האט ער פיל מיטגעמאכט אלם פוילישער ייד בעת דער דײטשער אקופאציע אין בעלגיע. ער איז צוזאמען מיט פיל ײדן דעפארטירט געװארן קײן אוישװיץ. אין אוישװיץ איז ער געװעזן אײנער פון די ארגאניזאטארן פון דער אנטי־ נאצישער אונטערגרונט. מיט דער באפרײאונג פון פוילן איז ער גלײך געקומען אין זײן געבורט־שטעטל כמיעלניק. אבער קײגעם פון זײן משפחה נישט געטראפן. אין נײעם פוילן איז ער באשטימט געװארן אלס לײטער פון או.ב. — ״אוזשאנד בעזפיעטשענסטװא״ (זיכערהײטם־אמט) אין סקארזשיסק. מיט גרויס ענטוזיאזם האט ער אויסגעפירט זײן אמט. אלײן אנטײלגענומען אין באשטעטיקן און אין אוים־ פירן טויט־אורטײלן קעגן פאליאקן װאס זענען באשולדיקט געװארן אין העלפן פארניכטן ײדן. ער פלעגט זיך אוםדריקן : אלתר גרינבוים (אלכערט)

passage_f7e962f7af6a55659d52fd0d
Passage 3normalized OCR · source chars 1824-3040

״איך בין געקומען קײן פוילן בכרי נקמה צו נעמען אין די פאליאקן, װאם האבן געהאלפן שעכטן ײדן״ — די פוילישע אונטערגרונט א.ק. — ״ארמיא קראיאװא״, האט אים געדראט צו דערמארדן. אין רעזולטאט דערפון איז ער אריבערגעפירט געװארן אין או.ב. קײן קעלץ. אין יאר 1946, װען עם איז אויסגעבראבן דער קעלצער פאגראם, בעת דאס ײדישע הויז אויף די פלאנגזן איז שוין געװעזן ארומגערינגלט מיט כוליגאנעס, האט ער זיך דורכגעריםן אויף א מאטאציקל מיט א מאשין־געװער, בכדי צו פרוװן פארמײדן דעם פאגראפ. ער האט געװאלט ארגאניזירן א כוח קעגן די פאגראמשטשי״ קעס. עם איז אים אבער נישט געלונגען. ער איז קוים אװעק פון דארט, אין לעצטן מאמענט פאר דער הריגה. בעתן פראצעס קעגן די אנטײלנעמער פון קעלצער פאגראם איז ער געװען אקטױו בײם זאמלען דעם באשולדיקונגם־מאטעריאל. ״די מערדער װעלן טײער באצאלן״ — האט ער זיך געטרײםט. ער האט אויך אנטײלגענומען אין אויםפירן דעם טויט־אורטײל איבער פערצן מערדער. אין די לעצטע װאכן פאר זײן טויט, האט ער באקומען די נאמינאציע אלם מיטארבעטער אין דער פױלישער אמבאסאדע אין פראנקרײך. ער האט זיך שוין געגרײט אפצופארן צוזאמען מיט זײן פרוי קײן פראנקרײך. די א.ק.־באנדעס האבן אים אבער נישט געקאנט מוחל־זײן זיין קאמף קעגן די באנדיטן. זײ האבן אים פארנארט דורך א פאלשן דאקומענט, אים ארויסגערופן קײן װארשע, און אים אויפן װעג אויף א בעסטיאלישן אופן דערמארדעט.

passage_148d19bfca7755073c8b0cef