שרה קערבעל / דער טראגישער טױט פװ רוחמה זאלצמאן (קרית אונו) עס איז געװען א הײסער ױני־טאג, 1946. איך האב גע־ ברענגט ״אונררא״־באאמטע צום דײטשן מוזעאום אין מינכען. מיטאמאל הער איך רופן: ״שרה שװער !״ — שוין לאנג האט מען מיך אזוי נישט גערופן. מײן פאמיליען־נאמען איז שוין לאנג אנדערש. איך האב מיך דערפרײט: דאם איז אװדאי אן אלטע באקאנטע• איך האב זי נישט דערקענט : רוחמה — ראמא זאלצמאן, א געװעזענע שילערין פון אונדזערע גימנאזיע, אײנע פון די בעםטע, װאס איך האב מיך מיט איר שטענדיק געטראפן אין געבוירן אין יאר 1916 בײ איר פאטער דוד זאלצמאן, יצחק ישעי׳ס אײניקל), געענדיקט די שולע מיט אויםצײכנונגען און וױיטער געלעתט אין װאלמאנאװעם גימנאזיע אין קעלץ אויף א סטיפענדיע. נאך דערפאלגרײכע מאטורע־עקזאמענס שטודירט מעדיצין אויפן װארשעװער אוניװערזיטעט. די מלחמה צעשײדט איר מיטן מאן װעלכער שטודירט גראד אין איטאליע. געװען אין מײדאנעק און םקארזשיםק. מיטן דערנענטערן זיך פון פראנט אנטלויפט זי פון לאגער, אויפן װעג פרידן בײ איר אפ די פים און אין רעזולטאט דערפון מוז מען זײ דערנאך אמפוטירן.
כמיעלניק׳ װען איך האב באזוכט אין די װאקאציעם מײן פע־ טער יהושע שװער. זי איז געזעסן אויף .א פריטשע אויף דעם ״ערשטן שטאק״ און פיס־פראטעזעם זענען געלעגן לעבן איר. איך בין געװארן איבערראשט: רוחמה אן פים י איך האב נישט געװאלט זי זאל באמערקן מײן פארלעגנהײט און זיך דוד זאלצמאן און זײן טאכטער רוחמה מיט איר דערפרײדט. זי האט מיר אבער גלײך דערצײלט װעגן דעם אומגליק, װאם האט מיט איד פאסירט, און אז זי שטו־ דירט אין מינכען, װוינט אין דײטשן מוזעאום מיט נאך אפגע־ ראטעװעטע ײדן. דאם הארץ האט מיר געקלעמט, קוקנדיק אויף איר מיד פארמאטערנדיק פנים און אן פים, א פאר חדשים שפעטער האב איך ארגאניזירט א טרויער־ אקאדעמיע לזכר די לעצטע 44 קינדערלעך, װאס זענען דערמארדעט געװארן אין קעלץ, מאי 1943. רוחמה איז געקו־ מען צו פארן צו דער פאראנשטאלטונג. מיר האבן זיך צעשמועסט, זי איז געװען פארביטערט, זיך געפילט זײער אײנזאם, דאם לערנען איז געװען פאר איר די אײנציקע טרײםט. די פראטעזעס זענען געװען שלעכט, נײע האט מען נישט געקענט מאכן, עם האט געפעלט דער נויטיקער מאטעריאלז עס איז דאך געװען קורץ נאך דײטשלאנדם מפלה און דאם לאנד איז נאך געװען אין חורבות.
אנהײב 1947 איז געקומען א שליח פון דער כמיעלניקער לאנדמאנשאפט פון פאריז, הער דײטלבוים. ער איז געקומען מיר באזוכן און זיך באראטן װי אזוי צו העלפן רוחמהן מיט אירע פראטעזן. איך האב פארגעשטעלט הער דײטלבוים פאר מײן שעף, א שעף־דאקטאר פון א גרויםן הײל־אנשטאלט אין דײטשלאנד װו איך בין געװען טעטיק מצד ״איונררא״. דער שעף־דאקטאר איז געװען א פראנצויז, א פײנער, ױנגער מענטש. ער האט זיך דורכגעשמועםט מיט הער דײטלבוים און אים געגעבן דאס נויטיקע מאטעריאל, כדי מען זאל קענען מאכן רוחמהן נײע פראטעזעם. איך בין געװעזן גליקלעך. אויגוםט 1947 האב איך װידער געטראפן רוחמה אין מינכען,