Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 481
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-750

כמיעלניקער געפאלענע איו באפרײאונגם־קריג אװ אויף דער װאר פװ ישראלם זיכערקײט מיט שטאלץ, פארערונג און הײליקן ציטןןר זענען מיר דא מזכיר די כמיעלניקער אין ישראל, װאם זענען געפאלן פאר ײדישער זעלכשטענדיקײט - סײ אלם קעמפער אין כאפרײאונגם־קריג אין די יארן 1948- 1949 פײ אין די שפעטערדיקע יארן, אויר דער װאף פו,, ישראלס זיכערקײט, פארטײדיקנדיק די ישוביפ אויז די גרענעצן או, בעת דער םיניימלחמה. װםף מאלי אײנע פון די װונדערבארסטע גבורה־קאפיטלען פון באפרײ־ א־נגס־קריג אױ געװען די העראאישע פארטײדיקונג פין קיבוץ נגבד״ — פון די װײגיקע ישובים אין נגב, װאם האין אויפגעהאלטן דעם מארש פון די עגיפטישע חײלות אויף תל־אביב. צװישן די װאס האבן זיך אויסגעצײכנט אין דעם העלדישן קאמף און געפאלן אויף זײער פאםטן איז אויך געװען אונזער בן־עיר, ױםף, א זון פון מאיר און פײגל מאלי.

passage_999dc7829b469a2cfc52e262
Passage 2normalized OCR · source chars 752-1881

געבוירן איז ער אין יאר 1910. צו 16 יאר איז ער שוין געװען אקטייװ אין דער חלוצישער באװעגונג אלס ראש פון קן השומר הצעיר. דעם 1־טן ױני 1936 איז ער עולה געװען קײן ארץ־ישראל. געלעבט אין קיבוץ נחלת יהודה און דערגאך אריבער קײן נגבד״ װו ער האט זיך פארעכנט צו די אקטױוסטע ז־ברים אויפן געביט פון זיכערקײט. בעת די שטורמישע באשיסונגען מצד דער עגיפטישער ארטילעריע׳ נאכדעם װי ס׳איז געפאלן דער העלדישער קאמאנדיר יצחק דובנא, נעמט ױסף איבער די קאמאנדא, גײט פון שוץ־גראבן צו שוץ־גראבן און דערמוטיקט אן אויפהער די חברים ־ ״איך גלויב אז מיר װעלן אויסהאלטן, װארעם מענטשן פון שטאל און אײזן זענען מיר״. ״נגבה װעלן מיר נישט פארלאזן אן קאמף און קרבנות״ — שרײבט ער צו זײן שװעםטער אין בית־אלפא. נגבה איז טאקע גישט געפאלן אדאנק דער גרויסער צאל קרבנות, און צווישן זײ דער העלדישער יוסף, װאס איז געפאלן אויף איינע פון די פאזיציעס אין םאמע מיטן פון דער פארטײדיקונג. אויפן בית הקברות פון די גבורים אין נגבה געפינט זיך אויך דער קבר פון אונדזער בן־עיר, וואס איז געקימען דאדט צו אייביקער רו דעם 25־טן מאי 1948. ער האט איבערגעלאזט א פרױ און קינה אפרים פוקם זון פון זלמן און מאגיע. געבוירן אין יאר 1928 און עולה־ געװען צוזאמען מיט זײנע עלטערן אין 1934. געענדיקט די

passage_727c52826e4c577a48691b72
Passage 3normalized OCR · source chars 1883-3023

פיק״א־שולע אין פתח־תקװד״ א יאר געלערנט אין דער ״אחד העם״־גימנאזיע און דערנאך שטודירט ראדיא־טעכניק אין דער פאכשולע ״מונטיפױרי״ אין תל־אביב. געװען אקטױו אין אװיאציע־קלוב, א חבר פון ״הנוער העובד״ און פון ״הגנה״. געװען אויף הכשרה מיט א גרופע חברים אין א קיבוץ. דערנאו מאביליזירט זיך אין פלמ״ח, דורכגעמאכט א קאמאנ־ דיר־קורס. אין שטורמישן װינטער פון יאד תש״ח האט ער זיך באטײ־ ליקט אין די קאמפן פאר דער באפרײ״ונג פון טבריד״ אין רמת ױחנן, אין משמר העמק, אין עין זיתים און אין צפת שטײעגדיק אין שפיץ פון א קאמפם־גרופע, װאם האט זיך באזונדערם אויסגעצײכנט מיט איר העלדישקײט. דער לעצטער קאמף זײנער איז געװען אין עין־גב. אין שפיץ פון זײן גרופע האט ער ארײנגעדרינגען אויף דער םירישער טעריטאריע דורכצופירן א װיכטיקע אויפגאבע. געפינענדיק זיך עטלעכע שעה אונטערן פײער פון שונאס הארמאטן, האט ער זיך אנגערופן צו אײנעם פון זײנע קאמפס־חברים : ״פארן טויט האב איך נישט קײן מורא. כ׳שרעק זיך אבער צו טראכטן װעגן טאטע־מאמע און שװעסטער װען ס׳װעט אנקומען די ידיעה װעגן מײן פאלן״. אין צװײ שעה ארום האט אים געטראפן א שראפנעל• דאם איז געװען עטלעכע טעג נאך דער גרינדונג פון דער מדינה — דעם 23־טן מאי 1948. זײן קבר געפינט זיך אויפן מיליטערישן בית־עלמין אין צפת. שלמה װײצפעלד

passage_3ac13c1fa7edec23ba735ec9
Passage 4normalized OCR · source chars 3025-3750

״דא װעט נישט זײן קײן טרעבלינקע •״ — פלעגט זאגן דער ײנגער שלמה בײ יעדער געלעגנהײט און די דאזיקע װערטער האט ער אויך געפליםטערט אין די לעצטע מינוטן פון זײן לעבז• זון פון דוד און אםתר. געבוירן אין 1930, צו 13 יאר עולה־ געװען מיט די עלטערן, װאם האבן זיך באזעצט אין תל־אביב• געעגדיקט די ביל״ו־שולע און דערנאך די האנדלס־שולע ״גאולה״. געװען א חבר אין בית״ר און דערנאך אין אצ״ל. זיך באטײליקט אין די קאמפן אין יפו, אבו־כביר, רמלה און שװער פארװונדעט געװארן בײ װילהעלמא — פריער אין א פום און בײ דער עװאקואציע פון שלאכטפעלד, אין רוקן. אין 1• טעג שפעטער איז ער פון די װונדן געשטארבן אין ״הדסה״־ שפיטאל אין תל־אביב, דעם 21־טן מאי 1948. אין זײנם א בריװ װאם איז אנגעקומען צו זײנע עלטעין שוין נאך זײן טויט שרייבט שלמה : ״זייט װיםן אז איך בין

passage_0bcbf575c2d1ce4298f7845f