973 אברהם װיגאדני — די ערשסע עליה פון כמיעלניקער 974 פיעטקעװיצער אויפן װעג קיץ ארץ־ישראל. אויפן קבר פון הערצל אין װין — אין יאר 1925 בראש פון דער גרופע — חײם װײצפעלד ז״ל פאר ארבעט. ער האט אונדז פארבינדן מיט א פאלװארק אין מארינהאף און מיר האבן אנגעהויבן ארבעטן פעלד־ארבעט װי אמתע חלוצים װאם גרײטן זיך קײן ארץ ישראל. דער אנהײב איז געװעזן גאנץ שװער, שפעטער האבן מיר זיך צוגעװוינט. עס האט אבער נישט לאנג געדויערט און מיר האבן זיך דערנענטערט צו אונדזער ציל. מיר זענען געפארן קײן איטאליע און פון פארט טריעסט, זענען מיר געפארן מיט דער שיף. די שיף איז געפארן בײנאכט און בײטאג גערוט. מיר זענען דורכגעפארן פארשידענע לענדער און אויך באזוכט דעם עגיפטישן פארט אלעקסאנדריע. מיר האבן אויף דער שיף דורכגעמאכט פיל צרות, נישט געהאט קיץ עסן׳ דאס געקויפטע עםן איז פארשימלט געװארן. אין הארץ איז אבער געװעזן א פרײד, װאם איז געװאקסן מיטן דערנענטערן זיך צו די ברעגעס פון ארץ ישראל. אין א געװיסן פרימארגן האבן מיר דערזען פונדערוױיטנם דעם פארט פון יפו. טרערן האבן זיך געשטעלט אין די אויגן און מיר האבן געטאנצט פאר פרײד װאס מיר האבן דערלעבט צו פארוױרקלעכן דעם חלום, װאס ײדן האבן געװעבט טויזנטעד יארן. אויף דער שיף זענען געװעזן 1800 מענטשן פון פארשידענע לענדער, לרוב חלוצים.
מיר זענען אראפ אין יפו, װאס איז געװען באװוינט מיט פיל אראבער. בלויז אײנצלנע ײדישע קלײטן און ארבעטער האבן זיך דארט געפונען. די ײדן זענען געװעזן בעיקר קאנ* צענטרירט אין די שכונות נוה־צדק און נוה־שלום. תל־אביב איז געװעזן אין אנהײב. מיר זענען אריץ אין בית החלוצים װאס האט זיך געפונען אין אדזשאמי אין יפו. די ערשטע גרופע מיט צדוק קאנערצוקער און לײביש עהרנרײך איז שוין געװעזן אין לאנד און געארבעט אין פתח־תקוה. מיר האבן געמאכט אן אויספלוג קײן פתח־תקוה זיך צו זען מיט אונדזערע לאנדסלײט. זײ האבן זיך דערפרײט, װאם מיר זענען אלע אין לאנד. אין דער גרופע איז אויך געװעזן יצחק גראנעק. מיר האבן זיך צעטײלט און אנגעהויבן ארבעטן אין פארשידענע טײלן אין לאנד. משה סאמבורםקי איז געפארן קײן ירושלים, חנוך אפלבוים קיין תל־אביב, איך, מאטל גערטנער, און הארש־אלי פעלמאן זענען געפארן ארבעטן קיץ יבנה. אזוי האבן מיר זיך אנגעהויבן אקלימאטיזירן און צוגעװוינען צום ארץ־ישראלדיקן לעבן. עס זענען געװעזן שװערע צײטן פון ארבעטםלאזיקײט, מיר זענעז אבער תמיד געװען פרײלעך, געזונגען און געטאנצט, װי עס פאםט פאר חלוצימ. בפרט האבן זיך די כמיעלניקער זײער גוט געהאלטן צװישן זיך. אין יאר 1922 האב איך זיך געטראפן מיט חנוך אפלבוים.
ער האט מיר איבערגעגעבן׳ אז די ענגלענדער מאביליזירן פרײװיליק ײדן און אראבער אין חיל־הםפר, גרענעץ־פאליצײ. מיר האבן באשלאסן זיך צו מאביליזירן. מען האט אונדז געשיקט קײן םאראפענד. דארט האט מען אונדז מיליטעריש אויסגעשולט, אנגעטוען אין די מיליטערישע בגדים מיט געװער. חנוך פלעגט זאגן־ ״נו אברהם,. װאס װאלטן אונדזערע עלטערן אין כמיעלניק געזאגט, װען זײ זעען אונדז אין די בגדי מלכות ז״ נאך 6 מאנאטן איבונגען האט מען אונדז געשיקט צו די גרענעצן. חנוך איז צוגעטײלט געװארן קײן טבריה צום כנרת. ער איז געװעזן ױנג און פול מיט ױגנט־ ברען און פאטריאטיזם פארן לאנד. אין אײנעם א טאג איז חנוך ארײן זיך באדן אין כנרת, דער כנרת האט געברויזט און געשטורעמט. ער האט מיט זיץ פערד געקעמפט מיט די כװאליעם א לאנגע צײט, ביז ער איז דערטרינקען געװארן צוזאמען מיט דץ פערד. אז די כמיעלניקער חברים האבן זיך דערוװםט פון אומגליק איז בײ אלע געװעזן תשעה־באב. מיר האבן זיך נישט געקאנט שענקן דעם גרויםן פארלוםט צוליבן טראגישן טויט פון דעם טײערן חבר חנוך (הענאן־). 7 טעג האט מען געזוכט דעם קערפער ביז מען האט אים ארויםגעצויגן פון װאםער. איך בין דאמאלםט קראנק געװעזן אויף מאלאריע און האב גישט געקאנט אנטײלנעמען אין דער לויה. איך האב פיל געליטן פון דעם װאם איך האב נישש געקאנט באגלײטן מיץ טײערן חבר צו דץ לעצטער רו.