משה זהרי־זאנשיױ / ארנדזער אזכרה (וול־אביב) יעדעס יאר אין דעם טאג פון כ״ה תשרי קומען זיך די כמיעלניקער אין ישראל צוזאמען. זײ קומען פון אלע עקז לאנד קײן תל־אביב אין דעמ באשטימטן זאל, כדי צוזאמען זיך מתײחד־צו־זײן מיטן אנדענק פון דער חרוב־געװארענער הײמשטאט. זײ קומען פון עכו׳ טבריה, צפת׳ און חיפד.; פון תל־אביב מיט אירע פארשטעט, רמת־גן, בני־ברק און פתח־תקוה; פון ירושלים, ראשון־לצױן, רחובות און באר־ שבע. עס ;קומען ארבעטער און בעלי־מלאכות, קיבוצנילעס און שטאטישע — שרידים פון אמאל פארצװײגטע משפחור״ אזעלכע װעלכע האבן אין די מלחמה־יארן אליץ מיטגעמאכט דעם חורבן, אזעלכע װעלכע האבן די מלחמה־יארן איבעד־ געלעבט אין רוםלאנד און די װעלכע זענען נאך מיט יארן אװעק פון דער אלטער הײם קײן ארץ־ישראל, כדי מיט אנדערע חלוצים צו בויען דאס לאנד. אין יום־הזכרון — אין אנדענק־טאג זענען זײ אלע צוזאמען. װי די עצמות־יבשות פון נביאישער װיזיע קלײבן זײ זיך צוזאמען די איבערגעבליבענע רעשטלעך און װערן צוריק אײן גוף — כמיעלניקער ײדן אין ישראל, מענטשן מיט געמײנזאמע זכרונות, מיט געמײנזאמע איבערלעבענישן. דאס איז די 17־טע אזכרה. זיבעצן יאר זענען פארבײ זינט דעם חורבן פון אונדזער קהילה אבער זי לעבט נאך טיף אין זכרון פון יעדן אײנעם.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1105
passage_52069338f03acfc9058f4256
Passage 2normalized OCR · source chars 1107-1397
׳די אזכרה איז באשטימט אויף אזײגער זיבן אבער שוין אזײגער פינף װערט דער גרויםער זאל בײם ים־ברעג פון תל־ אביב איבערפולט. מ׳באגעגנט זיך מיט נאענטע און באקאנטע, מ׳דריקט זיך די הענט, מ׳באגריסט זיך. ױגנטלעכע גײ װעמען די האר זענען גרוי־געװארז אין די םיבירער טײגעס, פרײנט און חברים אחים לצרה אין די
passage_6b3d1b88027c384ebe325bc1