97? פנקם כמיעלניק 978 נאצישע לאגערן אין סקארזשיםקא און אין קיעלצער ״האסאג״. אזעלכע װעלכע האבן איבערגעלעבט אויף דער ״ארישער זײט׳/ אין באהעלטעגישן און אין די טויט־לאגערן פון אש־ װיענטשיס און טרעבלינקע. חבדים און פרײנט װאם האבן נאך דער מלחמה צוזאמען געלעבט אין די די.פי.־לאגערן אין דײטשלאנד און דערנאך געװען פארשיקט אויף ציפערן. אלע זענען זײ איצט דא. גרופירן זיך אין די װינקלען פון דעם גרויסן זאל׳ פרעגן זיך׳ שמועסן זיך אויס קעגנזײטיק װעגן לעבן׳ דערמאנען זכרונות פון דער אלטער הײם — אזוי ביז דער ארגון־סעקרעטאר איז מודיע אז עס הויבט זיך אן די אזכרה. דער עולם זעצט זיך מיט יראת־הכבוד אויף די ערטער. איבער דער טריבונע פלאטערט אן אויפשריפט ״זכור את אשר עשה לך העמלק הנאצי י״ עס װערן געצונדן ליכט אויף דער טדיבונע. די עלעקטריע װערט אויסגעלאשן. די פארװאלטונג און די נכבדים פון דער אמאליקער הײם גײען ארויף אויף דער טריבונע. דער פארזיצער הײבט אן מיט א קורצן הספד און דערנאך איז דער װיצע־פארזיצער מזכיר די אלע כמיעלניקער װעלכע זענען אומגעקומען אין דעם חורבן׳ אין װארשעװער געטא־אויפשטאנד׳ אין באפרײאונגם־קריג פון ישראל און די װאס זענען נפטר־געװארן אין ישראל און אין אויסלאנד אין משך פון דער לעצטער צײט.
עם הערט זיך א רעציטאציע פון געטא־לעבן אין דער אויס־ פירמג פון קינסטלער שמאי דאזנבלום׳ א פארשטײער פון ״יד־ ושם״ רעדט װעגן דער חשיבות צו פאראײביקן דעם אנדענק פון חורבן. אלע דעקן צו די קעפ. דער חזן רעכט אפ דעם טראדיציא־ נעלן טײל מיט געהעריקע קאפיטלעך תהילימ• ״אל מלא רחמים״ און לםוף ״יזכור״. ״יזכור את נשמותיהם... שנהרגו׳ נשחטו ונשרפו חײם״ - - א שטיל געװײן טראגט זיך איבערן זאל און פארװאנדלט ױך אין יאמער װען דער עלטםטער כמיעלניקער ײד אין ישראל׳ ר׳ מרדכי פוקס זאגט ״קדיש״. צומארגנס אינדערפרי פארט דער עולם מיט דער באן קײן ימשלים. זײ פארזאמלען זיך אויפן הר־צױן׳ אין מרתף השואה — חורבן־קעלער בײם קבר פון דוד המלך װו עס געפינט זיך דאס אש פון די קרעמאטאריעס און פאמ בלוטיקטע טליתים. דא קומט פאר די אזכרה בײם מארמאמ טאװל׳ װאם איז אײנגעמויערט געװארן אויף אײנעם פון די װענט צום אנדענק פון חרוב־געװארענעם כמיעלניק, צבי זמיר׳ אן אײניקל פון אלתר קוקיאלקע מאכט אן ״אל בלא רחמים״ און מיט זאגן קדיש בציבור װערט פארענדיקע דער ױם הזכרון.