Original scan
Original memorial-book scan 490
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1168

משה זהרי־מנשײו / דער ״ארגװ ױצאי חמילניק״ אױ ישראל (תל־אביב) די ערשטע ײדן פון כמיעלניק זענען געקומען קײן ארץ־ ישראל באלד נאך דער ערשטער װעלט־מלחמד״ דאס זענען געװען ױגנטלעכע׳ טײלװימ בית־מדרש־בחורים מיט צױניס־ טישע שטרעבונגען װעלכע האבן געטרוימט צו רעאליזירן דעם צױניםטיש־חלוצישן אידעאל׳ בחורים װעלכע האבן פארלאזט זײערע װארעמע הײמען קעגן דעם װילן פון זײערע עלטערן. צװישן זײ איז אויך געװען הרב יעקב סילמאן, דער זון פון כמיעלניקער רב׳ הרב אברהם יצחק סילמאן. דער װעג אין לאנד איז נישט געװען אויסגעלײגט מיט קײן רויזן. זײ האבן געארבעט בײ פארשידענע שװערע ארבעטן, בײם פלאםטערן שאםײען, אין פרדסים, בײ הײזערבױ, אין פעלד, אין קיבוץ און אין מושב. שוין בײ די ערשטע כמיעלניקער עולים האט זיך געפילט דער באדארף צו זײן צוזאמען, צו ארגאניזירן זיך און אנהאלטן א פארבינדונג. שוין אין די צװאנציקער יארן זענען געװען א גאנצע רײ כמיעלניקער גרופעס׳ װעלכע האבן געארבעט צוזאמען און זיך קעגנזײטיק געהאלפן אין די שװערע צײטן פון ארבעטסלאזיקײט. אויך אין די דרײםיקער יארן איז געװען אן עליה פון כמיעלניק, װאם האט אנגעהאלטן ביזן מלחמה־אויסברוך. חלוצים פון כמיעלניק האבן געארבעט אין שטאט און דארף און זיך באטײליקט אין אלע אויפגאבן פון ישוב — אין ״הגנה״ און אין התישבות אין דער תקופה פון ״חומה ומגדל״.

passage_b4d6cbc0d1236f7236c9e4e9
Passage 2normalized OCR · source chars 1170-1826

אין יאר 1939, בײם אויםברוך פון צװײטן װעלט־קריג, איז אנגעקומען א גרופע עולים פון פארשידענע צױניםטישע ױגנט־ארגאניזאציעם מיט דער אומלעגאלער עליה. מיט דער צײט האבן זיך אלע אײנגעארדנט און אקלימאטיזירט׳ און זיך אויך באטײליקט אין דער װעלט־מלחמה אלם קעמפער אין דער ײדישער בריגאדע, אין דעם אונטערערדישן קאמף קעגן די גזירות פון דער מאנדאט־מאכט און לסוף אינעם זעלבשטענדיקײט־קריג פאר דער אנטשטײאונג פון דער מדינה. אויף דער איניציאטױו פון א רײ אלט־אײנגעזעסענע כמיעל־ עס זיצו פון רעכטס : משה גורגעל, שלמה נײמאן, מתכי זאנשײן, משר> זאנשײן, צדוק קאגערצוקער, חנה םוקם. עס שטײען פוז רענטס : קלמן אונגזןר, מנשה מאנצאזש, אברהם װיגאדני, משה סמאלאזש, מרוכי גאלדליסט, מרדכי פוקס

passage_d498c8b257262aa3b562dfa8