Original scan
Original memorial-book scan 491
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1133

981 מ. זהרי־זאנשײן — דער .ארגון ױצאי חמילניק׳ 982 ניקער איז אין יאר 1945 געגרינדעט געװארן דער ״ארגץ עולי כמיעלניק בארץ־ישראל״. דאס איז געװען זײן ערשטער נאמען• עס איז צוזאמענגערופן געװארן אין זאל פון ״הת־ אחדות עולי־פוליך אין תל־אביב א פארזאמלונג פון אלע כמיעלניקער און ם׳איז אפיציעל פראקלאמירט געװארן די אגטשטײאוגג פון דעם פארבאגד. דערבײ זענען אויך אנגע־ נומען געװארן א רײ באשלוםן׳ צװישן אנדערן מכוח מאבילי־ זירן הילף לטובת די לעמגעבליבענע כמיעלניקער וװ זײ געפינען זיך נאר. דעם שטוים צום דאזיקן צוזאמענקונפט האבן נאטירלעך געגעבן די ערשטע ברױו װעלכע האבן אנ־ געהויבן אנצוקומען פון ניצול־געװארענע כמיעלניקער. אינעם ערשטן קאמיטעט זענען ארײן: פרײדמאן־שמחוני בנימין, זאנשײן ברוך ז״ל, פינטשעװסקי מרדכי, קאנערצוקער צדוק, פוקם חנד״ זאלצמאן בתים, בן־טוב (גראנעק) יצחק, גאלדליםט מרדכי אלם םעקרעטאר. פארן דאזיקן קאמיטעט זענען געשטאנען גרויםע אביעק־ טױוע שװעריקײטן, װארעם אין מאמענט יווען ם׳איז באשלאפן געװארן צו שיקן הילף פאר לעבנגעבליבענע כמיעלניקער אין א געװיסן פלאץ, איז צומארגגם דארט שוין קײנער גישט געװען. די מעגטשן האבן געװאנדערט פון פוילן קײן דײטש־ לאנד און אין אנדערע מקומות. ס׳איז נישט מעגלעך געװען פעםטצושטעלן װוהין צו שיקן הילף.

passage_cc3df3ba3008b3854ff9b269
Passage 2normalized OCR · source chars 1135-1997

מען האט אויך געפרװוט שיקן הילף קײן ציפערן, — וװהין עס זענען פארשיקט געװארן פיל כמיעלניקער, װעלכע האבן געפרװוט אנקומען ״אומלעגאל״ קײן ארץ־ישראל, — אבער אן דערפאלג. אויף דער קאנטע פון ערשטן קאמיטעט דארף אבער צוגעשריבן װערן דאס, װאם ער האט באװיזן צו זאמלען א סומע געלט אויף דריגגענדיקער הילף פאר נויט־ באדערפטיקע װי אויף די ארגאניזירונג פון א סעקרעטאריאט, די שאפונג םון דער ערשטער רשימה פון כמיעלניקער אין לאנד מיט זײערע אדרעםן און דאס אײנשטעלן א קאגטאקט מיט כמיעלניקער אין דער װעלט. מיט דער צײט האבן זיך געטוישט די אקטױוע טוערם. אין די יארן 46—1948, װען ס׳האט זיך אנגעהױבן די מאםן־ עליה פון די לאגערם אין דײטשלאנד, איז אין שפיץ פון ״ארגון״ געשטאנען משה לעמבערג און אלס םעקרעטאר משה זאנשײן. די דאזיקע עליה האט געבראכט די שארית הפליטד״ די לעבנגעבליבענע כמיעלניקער. אנגעקומען זענען זײ בעירום־ ובחוםר־כל און ם׳איז נויטיק געװען פאר זײ צו ארגאניזירן דרינגענדיקע הילף.

passage_1fa2717c16d8f45379d4df2e
Passage 3normalized OCR · source chars 1999-2851

םרײגט לעמבערג איז פארנדיק קיץ אמעריקע באפולמעכ־ טיקט געװארן דורכן ארגון צו באקומען א קענטיקע םומע צו געבן הילף די עולים און פאר דער אקציע צו פאראײביקן די כמיעלגיקער קדושים דורך אויפשטעלן א ״בית חמילניק״. די דאזיקע הילף איז קודם כל געקומען מצד דעם כמיעלניקער ״רעליף״ אין אמעריקע. אויף אונדזערע װענדוגגען איז אויך דערהאלטן געװארן שטיצע פון אונדזערע לאנדםלײט אין קאנאדע׳ ארגענטינע און אנדערע ערטער. שפעטער זענען אויך דערהאלטן געװארן שפײז־פעקלעך פאר עולים און פאר נויט־ באדערפטיקע — פון אמעריקע׳ ארגענטינע און פראנקרײך. אלע אונדזערע לאנדסלײט האבן מיט א ברײטער האנט גע־ האלפן אײנארדענען די נײ־געקומענע כמיעלניקער אין ישראל. יעדער עולה האט דעמאלט באקומען א קלײנע הלװאה אויף ערשטער אײנארדענונג. א גרויסע צאל פון זײ האבן אויך באקומען גרעםערע הלװאות װאס האבן זײ דערמעגלעכט צו שאפן זיך אן עקזיםטענץ. דער קאמיטעט האט אויך געהאלפן א רײ לאנדםלײט קויפן ארבעטס־כלים.

passage_879faf4645db6b507e23db19
Passage 4normalized OCR · source chars 2853-3722

אין פסח 1950 איז פארגעקומען אן אלגעמײנע פארזאמלונג און ם׳איז אויםגעקליבן געװארן א נײער קאמיטעט׳ װאס האט דורכגעפירט א ברײטע רעארגאניזאציע. אין נײעם קא־ מיטעט זענען ארײן : נײמאן שלמה׳ פאדזיצער, פוקם חנה, קויפמאן שלמד״ זאנשײן משד״ װיגאדני אברהם׳ אונגער קלמן, ראטעגבערג צבי׳ קארפעל חביבה׳ פוקם זלמן. אויך דער םעק־ רעטאריאט איז רעארגאניזירט געװארן און נאך א משא־ומתן האט דער ״אירגון״ זיך אנגעשלאםן אלם מיטגליד אין ״התאח־ דות עולי פולין״ — פארבאנד פון פוילישע ײדן׳ און האט זיך רעגיםטרירט אין צענטראלן פארבאנד פאר קאנסטרוקטױוער הילף בײ דער ״התאחדות״. א דאנק דעם האבן אונדזערע מיטגלידער געקענט באקומען גרעםערע הלװאות מיט קלײנע צינזן, הלװאות װאם האבן פיל דערמעגלעכט צו דערװערבן פאר זיך װױנונגען אין פארשײדענע ערטער אין לאנד. אין זעלביקן יאר איז אויך אײנגעארדנט געװארן מיט דערפאלג דער ערשטער פורים־באל• די הכנסות האבן דער־ מעגלעכט דעם ועד צו פינאנצירן פארשײדענע אונטערנע־ מונגען.

passage_e8bb31cff1c9d3c0d6b1de9f
Passage 5normalized OCR · source chars 3724-4654

אין יאר 1952 איז אלם פארזיצער אויסגעקליבן געװארן קאנערצוקער צדוק. אלם םעקרעטאר מ. גאלדליסט. אין יענער צײט איז פארגעקומען א װײטערדיקער פארשריט אין דער טעטיקײט פון דעם ״ארגון״ אויף אלע געביטן — סײ בנוגע הילפס־טעטיקײט סײ דורך עפנטלעכע אויפטריטן װי באנקעטן לכבוד געסט פון אויסלאנד, אזכרות׳ צוזאמענקונפטן און בעלער. זינט זײן אנטשטיױנג האט דער ״ארגון יוצאי חמילניק״ געטרוימט װעגן פאראײביקן דעם אנדענק פון די קדושים דורך ארויםגעבן א יזכור־בוך. די גאנצע צײט זענען געמאכט געװארן באמיאונגען אין דער ריכטונג דורך אפעלן צו אלע לאנדסלײט מכוח מאטעריאל פארן בוך. מיטן ארײגטרעטן פון מרדכי זאנשײן אלם פארזיצער פון ״ארגון״ און פארזיצער פון רעדאקציע־קאמיטעט פארן יזכור־בוך, זענען פארשטארקט געװארן די צוגרײטונגען ארויסצוגעבן דעם פנקם כמיעלניק. באלד דערנאך זענען געמאכמ געװארן אלגעמײנע װענדונגען צו פארשידענע אינסטיטוציעם, ארכױון, ביבליאטעקן אץ פאר־ שידענע פערזאנען — און אין רעזולטאט האבן אנגעהויבן ארײנפליםן די ערשטע מאטעריאלן. ס׳איז אויך אפגעדרוקש

passage_690d295298f74a6b7a32c8e3