Original scan
Original memorial-book scan 492
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-551

983 פנקם כמיעלניק 984 קבלת־פנים־אװנט פארן פרעזידענט פון כמיעלניקער הילפם־קאמיטעט אין די פאראײניקטע־שטאטן, משה לײזער מינץ און פרױ. געװארן א פראםפעקט איןעברית, ײדישאון ענגליש — רעדא־ גירט פון מרדכי זאנשײן מיט דער הילף פון משה בן־שחר און מרדכי גאלדליסט. דער פראספעקט װאס איז דערשינען אין טויזנט עקזעמפלארן איז פארשפרײט געװארן צװישן אלע כמיעלניקער פאראײנען אין דער װעלט. דער אפרוף איז געװען א התלהבותדיקער — באלד האבן אונדזערע מיטגלידער אנגעהויבן צושיקן מאטעריאלן. אויך פינאנציעלע הילף איז אנגעקומען און די ארבעט בײם צוגרײטן דאם בוך האט זיך אנגעהויבן.

passage_691fcf13f219a746b20f1adf
Passage 2normalized OCR · source chars 553-1452

אין דער זעלביקער צײט איז געמאכט געװארן א פרװו צו באקומען פון תל אביבער שטאטראט א פלאץ כדי אויפצו־ שטעלן אויף אים דעם ״בית חמילניק״. א משא־ומתן מכוח דעם איז געפירט געװארן מצד דעם פארזיצער מרדכי זאנשײן און משה בן־שחר מיטן װיצע־שטאט־פרעזידענט משה איכילוב ז״ל, װעלכער האט ארויסגעװיזן גרוים םימפאטיע פאר דעם פראיעקט. די פראגע איז אויך איצט אקטועל. די עיריה איז גרײט צו געבן דעם פלאץ באלד װי דער ארגון װעט דעפאנירן א געװיםע סומע פאר דער פארזיכערונג פון דעם בוי. אויך איז דורך אן ארכיטעקט צוגעגרײט געװארן א בוי־פראיעקט, װאם איז צוגעשיקט געװארן צו אלע לאנדמאנשאפטן צוזאמען מיט א צירקולאר װעגן צוטרעטן רעאליזירן דעם אויפבזי פון א ״בית חמילניק״ אין תל־אביב. אין ישראל געפינען זיך בערך 400 משפחות — אפשטאמיקע פון כמיעלניק װאם זעגען צעשפרײט איבערן גאנצן לאו^־. זײ זענען פארװארצלט אין לעבן םון לאגד אויף אלע געביטן ־ אינדוסטריע, מסחר, מלאכה און לאנדװירטשאפט. דער רוב פון זײ איז עולה־געװען נאך דעם מדיגה־אױפקום.

passage_65f9aa34291ea4d30a2a0fdd
Passage 3normalized OCR · source chars 1454-2614

יעדעם יאר קומט פאר אן אזכרה צום אנדענק פון די קדו־ שים. שבת בראשית איז געװארן א הײליקע דאטע פאר אלע אונדזערע לאנדסלײט. כמיעלגיקער פון אלע טײלן לאנד קומען זיך צוזאמען צו די אזכרות, װאם װערן אײנגעארדנט אין די גרעםטע זאלן פון תל־אביב. אין די ביזאיצטיקע אזכרות האבן זיך אויך באטײליקט פיל פירער פון פויליישן ײדנטום װעלכע פלעגן באזוכן כמיעלניק פארן אומקום, צװישן זײ יצחק גריגבוים, יעקב זרובבל, ד״ר העלער, פארשטײער פון ״יד ושם״ ד״ר טײכמאן און אנדערע. די אזכרות װערן אפגעריכט דורך די חזנים : כרמל־װײנבערגער, הויפט־חזן פון צה״ל, ה׳ פארשער — איצט חזן אין לאנדאן, א. א. צומארגנס נאך דער אזכרה פארזאמלען זיך כמיעלניקער אויפן ״הר־צױן״ אין ירושלים. אין ״מרתף השואה״ — (אין די הײלן צום זכר פון די אומגעקומענע זעקם מיליאן ײדן). בײ א מארמאר־מצבה צום אנדענק פון די קדושי כמיעלניק׳ װאס איז אײנגעמויערט געװארן אין יאר 1957, װערט בײ אנגעצונדענע יזכור־ליכט געזאגט יזכור און קדיש בצבור. כדי צו פארשטארקן דעם קאנטאקט צװישן כמיעלניקער ײדן אין חוץ־לארץ מיט זײערע ברידער אין ישראל, װערן אײנגעארדנט װארעמע אויפנאמעס לכבוד כמיעלניקער פון חוץ־לארץ, װאס קומען אלס טוריםטן קײן ישראל. די דאזיקע באנקעטן קומען על־פי־רוב פאר בײ געדעקטע טישן באגלײט מיט קונםט־אויפטריטן און הונדערטער אגטײלנעמער.

passage_783843f38f991b8f06452092