985 מ. זהרי־זאנשײן — דער ״ארגון ױצאי חמילניק״ 986 פײערלעכע קבלת־פנימס זענען ביז איצט אײנגעארדנט געװארן לכבוד פאלגנדיקע פרײנט — געםט פון אויםלאנד : עלקע כהן־קאנערצוקער ז״ל (פאריז), מרדכי גוטמאן און זײן פרוי (ארגענטינע), פרוי טאפלאװיטש און איר מאן (פראנקרײד)׳ פארזיצער פון ״רעליף״ אין קאנאדע הערצקע קארנבלום ז״ל, פרעזידענט פון אונדזער פארבאנד משה אליעזר מינץ און זײן פרוי (אמעריקע), סעם קארנבלום און זײן פרוי, איזידאר קארנבלום און זײן פרוי (קאנאדע), ארטור קלײנהענדלער און זײן פרוי׳ פרײנט גארליצקי׳ פרײנט װילטשיקאװסקי (אמעריקעי׳ פארזיצער פון ל. ל. פאראײן אין ארגענטינע משה םמאלאזש׳ פרײנט אײזנבערג און זײן פרוי׳ משפחה ניםנבוים און משפחה ױראװיץ (קאנאוע). אין יאר 1958 זענען פארגעקומען אויפנאמעס לכבוד פאל־ גנדיקע לאנדסלײט װעלכע זענען געקומען צו די 10 יאר־ כײערלעכקײטן פון מדינת ישראל: װילי מארטין און זײן פרױ (קאנאדע), פרוי יאראם (אמעריקע), פרוי פיאסעצקי־מאשנ־ בערג (מאנטרעאל), פרוי זילבערבערג (קאנאדע), פרײנט מענט־ ליק (אמעריקע). אדװאקאט ה. פעלמאן (פאריז). פרוי טראמ־ בעצקי־מארקוס (קאנאדע). װײנבערג (מאנטעװידעא) די דאזיקע מסיבות זענען פארװאנדלט געװארן אין מאניס־ פעסטאציעם פון פרײנטשאפט און פרײד־אויםדריקן צוליבן זעען זיך מיט כמיעלניקער אלטע פרײנט און באקאנטע.
מיט דער באנײאונג פון דער מאסן־עליה פון פוילן אין אלע איז נויטיק געװען צו געבן הילף בײם אײנארדענען זיך יאר 1956 זענען אנגעקומען 35 כמיעלניקער משפחות. זײ אין לאנד. באלד נאכן עפנטלעכן קבלת־פנים לכבוד די נײ־ געקומענע זענען געמאכט געװארן א רײ אקציעם מיטן ציל צו שאפן פאר זײ באלדיקע הילף. אויף אונדזער אפעל צו לאנדםלײט אין אמעריקע׳ זענען באלד ארויםגעשיקט געװארן שפײדפעקלעך צום פארטײלן צװישן די נײ־געקומענע. אויך די לאנדסלײט אין קאנאדע און ארגענטינע האבן זיך אפגערופן און בײגעשטײערט לטובת דער אײנארדענונג פון די עולים. אלע שפײז־פעקלעך זענען פארטײלט געװארן צװישן די נויט־ באדערפטיקטע און עם זענען ארויםגעגעבן געװארן הלװאות — צו 200 ביז 400 פונט פאר יעדער משפחד״ צוזאמען א םומע פון 6000 פונט. דער םעקרעטאריאט איז אויך געשטאנען אין רשות פון די,, װאם האבן זיך געװענדעט צו דער םוכנות׳ הסתדרות און אגדערע איגסטיטוציעס מכוח ארבעט און א װוינונג. עס איז געגעבן געװארן די מאקםימאלע הילף צו דער צופרידנקײט פון אלע נײ־געקומענע•
די טראדיציאנעלע פורים־בעלער גײען אלע מאל אדורך מיט דערפאלג׳ װערן אויפגענומען מיט פרײד דורך אונדזערע לאנדםלײט און ברענגעז ארײן גאנץ היבשע סומען לטובת דער פינאגסירונג פון קאנסטרוקטױוע הילפס־אונטערנעמונ־ גען און פאראײביקונגם־װערק. די אלע טעטיקײטן װערן געמאכט דורך פובליקאציעס אין דער פרעםע׳ מעלדונגען אין ראדיא און בריװ מיט אײנלאדונגען װאס װערן צעשיקט צו אונדזערע לאנדסלײט איבערן גאנצן לאנד. צו פיל אזכרות זענען אויך דערשינען געדענק־ארטיקלען װעגן נמיעלניק אין דער ײדישער טאג־צײטונג אין תל־אביב ״לעצטע נײעס״. דער סעקרעטאריאט פון ״ארגון ױצאי חמילניק בישראל״ שטײט אין כסדרדיקן ברױולעכן ?אנטאקט מיט אונדזערע לאנוסמאנשאפטן אין אמעריקע׳ קאנאדע׳ ארגענטיגע, פראנק־ רײך און מיט יחידים אין בראזיל׳ באלױױע׳ ענגלאנד און פוילן. דער ארגון אין ישראל איז פאר די אלע לאנדםמאנ־ שאפטן און יחידים א צענטער אין אלע הינזיכטן. דער ארגון איז אקטױו און ארבעט צוזאמען מיט פיל אינם־ טיטוציעם׳ װי: ״התאחדות עולי פולין״, ״אגודה מרכזית לעזרה קונסטרוקטיבית״, ״יד ושם״, ״בנק הלװאה וחםכון״, ״יער הקדושים״ פון קרן קימת לישראל׳ אפטײלונג פאר זוכן קרובים בײ דער סוכנות, ״ארגון הלוחמים בנאצים״, ״ארגון הפרטיזנים״, און ״ײדישער װעלט־קאנגרעס״. פארשטײער
ועלעגאציע פון כמיעלניקער לאנדס־ מאנשאפט אין ישראל לײגט א קראנץ בלומען בײם אנטהילן דעם מאנומענט פץ מרדכי אױ,'עװיטש אין קיבוץ ״יד־מרדכי״. פון רעכטס אויף לינקס : זלמן פוקם, שלמה ני־מאן, קלמן אונגער, חנה פוקס, מאניע פוקס, משה זאנשײן, מאטל גאלדליםט, זײ\ טאכטער רות, צדוק קאנערצוקער, איטשע מילער.