987 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק 988 גרינדער פון דער כמיעלניקער ארגאניזאציע אין ישראל די פארשטײער פון דער דעלעגאציע פון ״ארגון ױצאי חמילניק״ — קלמן אונגער, מאטל גאלדליסט און שלמה נײמאן לײגן דעם קראנץ בײם דענקמאל פון מרדכי אניעלעװיטש און קיבוץ יד מרדכי. בראש פון דער דעליגאציע דער פארזיצענדער צדוק קאנערצוקער (צװײטער פין רעכטס) פון אונדזער ״ארגון״ װערן אפט פארבעטן צו צוזאמענפארן און זיצונגען פון די דאזיקע איגסטיטוציעס און פארבאנדן און נעמען שטעלונג צו די בארירטע עגינים. א פארשטײער־ שאפט פון ארגון האט זיך באטײליקט אין דער פײערונג פון אנטהילן דעם דענקמאל פארן קאמענדאנט פון װארשעװער געטא־אויפשטאנד אין קיבוץ ״יד מרדכי׳/ בײם עפענען דעם מוזײ פון קיבוץ ״לוחמי הגיטאות״, אין דער געדענק־פײערונג פאר די קעמפער פון ״נגבה״, אין דער געדענק־מאגיפעסטא־ ציע אין ״יער קדושי פולין״, א״א. אין די לעצטע צװײ יאר האט דער ארגון געמאכט די גרעס־ טע אנשטרענגונגען צו קאנצענטרירן דאם מאטעריאל פארן יזכור־בוך. דער רעדאקציע־קאמיטעט אין שפיץ מיט מרדכי זאנשיץ האט אפגעהאלטן סטאבילע זיצונגען אויף װעלבע דער מאטעריאל איז געלײענט געװארן פארן אפגעבן אים אין דרוק.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1034
passage_787d45e687e4f09a36df548b
Passage 2normalized OCR · source chars 1036-1544
איצט, מיטן דערשײגען פון ״פגקם כמיעלניק״, װערט גע־ פירט א משא־ומתן מיטן ״קרן קימת לישראל״ װעגן פלאנצן א װעלדל לזכר די קדושים פון כמיעלניק אין ראם פון ״יער קדושי פולין״ אין די בערג פון יהודה. דערמיט װעט געשלאכן װערן דער ערשטער רינג פון פאראײביקן דעם אנדענק פין דער חרוב־געװארענער קהילת כמיעלניק• בײם סױם הםפר געהערן צום װעד ״ארגון ױצאי חמילניק בישראל״ פאלגענדע חברים : מרדכי זאנשײן, צדוק קאנערצוקער, מאטל גאלדליסט, קלמן אונגער׳ שלמה נײמאן׳ חנה פוקס, משה גורגעל׳ משה סמאלאזש, משה זהרי־זאנשײן און מנשה מאנצאזש.
passage_cc90474837c618bfe64b1b05