Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 496
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1092

כמיעלניקער אין דינסט פװ מדינתײשראל ר׳ ישראל שטערן ר׳ ישראלקע שטערן איז אן אײניקל פון רבין׳ ר׳ חײמל. געקומען קײן ארץ־ישראל איז ער אין יאר 1925. גאר גיך איז ער געװארן א שטיק פון דער ארץ־ישראלדיקער לאנדשאפט — באקאנט געװארן אין גאנצן לאנד אלס מכריז לשבת• יעדן פרײטיק פארנאכט, פאר ליכט־צינדן איז ער ארויס איבער די גאסן פון חיפה מיט א טראמפײט, װאס ער האט נאך געדאט פון א רוסישן מיליטערישן ארקעסטער אין װעלכן, ער האט געדינט בעתן רוםיש־יאפאנישן קריג אין 1905, און גערופן : ״טו־טו, ײדעלעך, שבת !״ דאם האט ער געטאן פון אײגענער איניציאטױו. שפעטער האט ער געצװונגען דעם שטאטראט ארויסצוגעבן א ספעציעלע פארארדענונג װעגן שמירת שבת און ר׳ ישראלקע איז טאקע געװארן דער אפיציעלער שטאטישער מבריז־שבת. פון חיפה איז ר׳ ישראלקע געקומען קײן תל־אביב, אין דער ערשטער ײדישער שטאט. אזוי דרײםיק יאר נאכאנאנד האט ר׳ ישראלקע גערופן ײדן יעדן פרײטיק פארנאכט צו שליםן די געשעפטן און צינדן ליכט. אמאל צופוס, אמאל געפארן מיט פערד־און װאגן און שפעטער געפארן מיט א שטאטישן אויטאמאביל. שמירת־שבת איז גישט געװען זײן אײנציקע זארג. ער האט אויך פיל געטאן פאר אפהיטן כשרות אין תל־אביב און געפירט א קאמף קעגן די געשעפטן פון טריפות.

passage_a9bb756b220cd75406907077
Passage 2normalized OCR · source chars 1094-1571

אויף די עלטערע יארן האט ער פארלוירן די ראיה ארך געפינט זיך הײנט אין א מושב־זקנים אין ירושלים. צו זײנע 88 יאר לאמיר װינטשן אונדזער לאנדםמאן — עד מאה ועשרים ! װאלף טשעטשערסקי א זון פון כמיעלניקער גארבער אבא טשעטשערסקי. געקו־ מען קײן ארץ־ישראל אין ױלי 1939 מיט דער אומלעגאלער שיף ״לאם פערלאס״, װאם איז אפגעגאנגען פון רומענישן פארט קאנסטאנץ. אויפן װעג האט די שיף־מאנשאפט, אין פחד פאר די ענגלענדער, פארשטרײקט, און נישט געװאלט װאלף (זאב) טשעטשערסקי ס־רן אין כנסת, ישראל״פ.ארלאמענט

passage_c0c5a7bd10ae832ee02601bf