Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 498
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1016

995 ם נ ק ם כמיעלביק 996 אוד מוצל מאש♦.♦ יחידים פון גאנצע משפחות, רעשטלער פון גרויםע םאמיליע־צװײגן פון אונדזער הײמשטאם, האבן זיך אפגערא־ סעװעט קײן ישראל און דא אנגעהויבן בויען זײער נײ לעבן באלד גאכן חורבן♦ יעדער אײנער פון זײ — א געשיסטע פאר זיך פול מיט דראמטישן שטאף♦ װי אן אילוםטראציע ברענגען מיר דא די געשיכטע פון ברכהלע קופערשטיק. ברכהלע קופערשטיק איז געבוירן געװארן בײם סאמע מלחמה־אױםברוך♦ איר מאןמע פאלע, איז געװען א טאכטער םון מיכאל קויפמאן, װאם האט געהאט א גום אין םענדזשע־ יאװיעץ בײ כמיעלגיק♦ איר פאטער — יחיאל קופערשטיק. שװער און ביטער איז געװען דער גורל פון דער קלײנער ברכהלע♦ מיט דער מוטערס מילך האט זי שוין אײנגעזויגן אין זיך די שװערע מלחמה־איבערלעבענישן און דערנאך די אויםראטוגג♦ אין דריטן יאר פון איר לעבן — בשעת די ״אקציעם״ אין 1942 — האבן די עלטערן זיך געמוזט שײדן מימ זײער אײנציק קינה האבן ברכהלען אפגעגעבן צו א באקאנטן ארעמען פויער♦ די עלטערן ריאבן מער זײער קינד גישם געזען♦ זײ האבן געטײלט דעם גורל פון אלע ײדן אין כמיעלגיק — זײ זענען אומגעקומען אין טרעבליגקע♦ ברכה׳לע קופערשטיק אלם קלײן קינד

passage_a87b56c2d8b08f2bb73911fa
Passage 2normalized OCR · source chars 1018-1781

װען די מלחמה האט זיך פארענדיקט האט איר פעטער, יעקב קויפמאן, זיך צופעליק דער־ װיםט װעגן דער קלײנער ברכהלע♦ ער איז גלײך אװעק צום פויער און טאקע דארם געטראפן די קלײגע ברכהלע װי זי פאשעט בהמות אויף דער לאנקע♦ נאך לאנגע באמי־ אונגען איז אים געלונגען ארויסצובאקומען ברכהלען פון דעם פויער און זי צו ברענגען בשלום קײן ישראל♦ דא אין לאנה האט ברכהלע זיך דערצויגן אין קיבוץ רוחמה, האט זיך שפעטער פרײ־ װיליק כאביליזירט אין דער ארמײ♦ אין צען יאר שפעטער האבן די כמיעלניקער אין ישראל זוכה־געװען צו פירן זי צו דער הופה♦ זי האט חתונה־געהאט מיט אברהם שאה א זון פון אלטע שאה װאס האט אויך די מלחמה איבערגעלעבט אין שװערע בא־ דינגונגען, אין א באהעלשעניש אין א דארף נישט װײט פון כמיעלניק♦ יחיאל און פאלע קופערשטיק הי״ד ברכה׳לע אין מוגױר פון צה״ל אויף דער חתוגה אין יאר 1958 אין ישראל

passage_54f504dc5c9cbabd49d01793