משה לײזער מינץ / מיט במיעלניקער איו אמעריקע (נױ־יארק) באלד װי איך בין אגגעקומען קײן אמעריקע, בין איך געװען פאראינטערעסירט זיך צו טרעפן מיט כמיעלניקער לאנדסלײט. נישט געװען אבער קיץ באזונדערע לאנדםמאנשאפט. אלע זענען געװען מיטגלידער אין דער קיעלצער סאסײעטי. בלית־ ברירא האב איך זיך אנגעשלאסן אין דעם קיעלצער קראנקן־ אינטערשטיצונגם־פאראײן און בין אפט געגאנגען צו זײערע מיטינגען, און דארט זיך אמאל געטראפן מיט כמיעלניקער. זײ זענען גישט געװען אקטױו, קײן אנטײל נישט גענומען אין די דיסקוסיעם.
אין יאר 1928 בין איך דערװײלט געװארן אלס װיצע־ פארזיצער פון קיעלצער פאראײן. דער גרויסער כבוד׳ װאס מען האט מיר צוגעטײלט פאר מײן געזעלשאפטלעכער ארבעט, איז מיר נישט געװען צום הארצן... איך בין שטענדיק ארומ־ געגאנגען מיט דעם געדאנק אז די כמיעלניקער לאנדםלײט אין נױ־יארק מוזן און דארפן האבן אן אײגענער ארגאניזאציע כדי מיר זאלן קענען מיט עפעם בײהילפיק זײן אונזער הײמ־ שטעטל. שפעטער האב איך אויסגעפונען, אז עס איז פאראן א כמיעלניקער ״ארבעטער־רינג״־ברענטש װאס טראגט דעם גומער 246. דער ברענטש איז נאך געגריגדעט געװארן אין יאר 1914 און די איניציאטארם זענען פארטײ־מענטשן. פארשטענדלעך, װען די מיטגלידער פון דעם ברעגטש װאלטן באלאנגט צו אײן פארטײ װאלט אפשר געװען שלום... איז דעריבער נישט געװען קײן הארמאניע אין דעם ברענטש 246. זײ זענען געװען טעטיק אויפן געביט פון הילפם־ארבעט לטובת די נויטלײדענדע אין כמיעלניק גלײך נאך דער ערשטער װעלט־מלחמד״ און דעלעגירט א םפעציעלן מענטשן קײן כמיעלניק ער זאל אויסטײלן געלט. דאם איז געװען אברהמעלע קאמאשנמאכערם א זון׳ פםח זילבערבערג. מיט דעם קאמיטעט האט אנגעפירט: שלמה פערלעגער, מיכל זריצקי, ױםף אספיס, מלך נײפעלד און פסח זילבערבערג.
די געשיכטע פון כמיעלניקער אין אמעריקע הײבט זיך אבער אן נאך פריער. שוין אין די שפעטע 80־ער יארן זענען געקומען קײן נױ־יארק פאלגנדיקע כמיעלגיקער : משה גאטע פאקעמאכער (דיאמענט), שמעון זילבערבערג• משה זלמן מארקאװיץ (אן אײדעם פון רפאל אקםנהענדלער), חיים הערש שגײדער (שידלאװסקי), דוד יארום (יעקל מאם־ קאלס א ברודער), יעקב פרידמאן (א שנײדער), דער טויבער משה שנײדער (אײזענבערג), שלמה קאנאריק, קלמן פאסטער־ נאק און חײם שניצער. משה לײב מלמד׳ם א זון. אז די לאנדםלײט האבן זיך שוין געהאט אײנגעארדגט מיט זײערע םאמיליעם און פרנםה איז אויך געװען, האט מען גענומען טראכטן עפעם פאר דער נשמה אויך. זײ האבן זיך פארבענקט אין דעם שטעטל װו מען האט געלעבט אין א ײדישער סביבה, װער אין בית מדרש און װער אין א שטיבל, װו מען האט פארבראכט אין א הײמישער אטמאםפערע... האבן טאקע די ערשטע כמיעלניקער לאנדסלײט געגרינדעט אן אײ־ גענער חברה אין יאר 1888 ״מאור השמש״. אין יאר 1904— 1903, װען דער רוםיש־יאפאנישער קריג איז אויםגעבראבן — זענען װידער געקומען כמיעלניקער לאנדםלײט װעלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין דער כמיעלניקער חברה. זײ האט שוין אבער מער נישט צופרידנגעשטעלט דער שלוש־םעודות אדער מלװה־מלכה און האבן אנגעהויבן צו רעדן װעגן ארגא־ גיזירן א פארײן פון קראנקן־בענעפיט און קעגנזײטיקער שטיצע.
בײם םוף פון יאר 1909 איז געגרינדעט געװארן דער ערשטעד במיעלניקער קראגקן־אונטערשטיצוגגס־פארי<ן, װאס האט עקזיםטירט בלויז 2 יאר. נאכדעם האט גענומען גאנצע 18 יאר, ביז איך האב ארגאניזירט די איצטיקע כמיעלניקער סאסײעטי. א דאנק אונזער לאגדםמאן חײם שניצער װעלכער איז געװען דער לעצטער פרעזידענט פון דער פאריקער ״סאסײ־ עטי״ און האט געטרײ אפגעהיטן דאס איבערגעבליבענע פארמעגן, װאם איז באשטאנען פון א באנק־ביכל פון 100 $ םעניאר פון די כמיעלניקער לאנדםלײט אין אמעריקע משה ליחער מינץ מיט זיץ פרוי צו זײער גאלדענער חתוניז