Original scan
Original memorial-book scan 500
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1205

999 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק• 1000 טשארטער יװאס האט זיך נאך 18 יאר ארויםגעװיזן אינגאנצן װערטלאז. דעם לאנדסמאן חײם שניצער האב איך פון דערהײט נישט געקענט. ער איז געװען מיט א 12 יאר עלטער פון מיר. אונזער לאנדסמאן משה אײזענבערג (זשאנדער) איז צו מיר אריבערקומען צוזאמען מיט חײם שניצער. מיר האבן זיך שטארק דערפרײט און ארויפגעברענגט זכרונות פון אובזערע משפחות און הײמשטעטל און דערמאנט זיך, אז מײנע ברידער מאיר און נאטע פלעגן קומען צו זײ אין הויז אײנשטודירן צוזאמען מיט זײן פאטער דער ,,אחשורוש־שפיל״• אונזער באקאנטשאפט האט געשלאגן װארצלען. בײ פײנעם כיבוד און פרײנטלעבער אטמאםפערע האט פרײנט שניצער זיך אראפ־ גערעדט פון הארצן׳ דערצײלט װיאזוי מיט 18 יאר צוריק איז אויפגעליחט געװארן די ערשטע כמיעלניקער םאםײעטי פין .םח1,(}ת13סק !ס ץ161םסצ.מ86 )1^$1 ז6)61!מ61הוו01 חמיעלניסער סראנסעו אונס. פעואיץ װערטהע ׳טװעםטער אונד ברידער ! בײ אונזער לעצטען מיטינג אױ בעשלאסען געװארען זיך אנצושליםען אין דער אנטי־היטלער דעמאנסטראציע געגען די רדיפות אויןז אידען אין דײטשלאנה מיטװאך רעם 10טען מאי, 1933, דורכגעפירט פון דעם אידישען קא,נגרעס. אונזער סאםײעטי אלם א גאנצע ■מיט אונזער בענער װעט זיך צוזאמענקומען אויף צװײטע עװעניו קארנער 17טע סטריט, נױ יארק, אום צװײ אוהר שארפ. קײנער טאר ניט פארפעהלען קומען צו דיזען ׳פראטעסט מארטש.

passage_6af66a4042112f89a90d9e4a
Passage 2normalized OCR · source chars 1207-1956

מיט דרך ארץ, 2-0819 **•57 .1ס7 ,ח/1>1סס-ו0 ,.*5 8״2 .3 408 .*׳ש5# .5א*¥£ ^ופז? ,5(¥4111 .11 נ. ב. פארגעםט אויך ניט אין אונזער חמיעלניקער יאנג קלידיס אקזילערי דענם. דער דענס װעט פארקומען ׳טבת, רעם 13טען מאי, אין בעטהאװען האא, 210 איםט 5טע סטריט, נ. י מיר דארפען םרײען מאכען זײער אונםערנענױנג פאר א טוקסעם, וױיל זײער םולוםעס איז אויך! אונזער סוקסעס. װעלכער ער איז געװען פרעזידענט. אויף א זיצונג אין א שבת אויף־דער־נאכט בײ א צעװארעמטער דיסקוסיע׳ האבן צװײ מיטגלידער פלוצלונג גענומען זיך קריגן, אװי װײט אז מען האט אויך געהויבן הענט. אלם פרעזידענט האט ער געפרװוט מאכן שלום, אבער אן רעזולטאטן. ער האט געמוזט שליסן די פארזאמלוגג. דער אינצידענט האט אנגעװארפן א פחד, מיט־ גלידער האבן זיך פשוט געשראקן צו קומען װידער צו א פארזאמלוגג. דאס איז געװען םוף 1911.

passage_663287c35b99518200a5cf68
Passage 3normalized OCR · source chars 1958-2914

מײן פרײנט שניצער דערצײלט מיר װעגן דעמ פארבליבע־ נעם ״פארמעגך. געװען 100 דאלאר אין באנק, אבער נאך דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען מען האט געזאמלט געלט פאר כמיעלניק האט מען פון דעם געלט געשיקט 50 דאלאר קײן כמיעלניק, שיקן דאם געלט האט געקאםט $5, איז בכן געבליבן 45 $, װעלכע ער איז מיר שוין גרײט צו געבן. אויך האט ער מיר דערצײלט װעגן אלטן ״טשארטער״ פון דער לאנדםמאגשאפט. מיר האבן גכן, באשלאםן דעם טשארטער איבערגעבן צו אן אדװאקאט און אויב ער איז נאך גילטיק װעלן מיר רעארגאניזירן די לאנדםמאנשאפט און אפילו דעם נאמען נישט ענדערן. אויך האבן מיר באשלאםן צו רופן א פארזאמלונג אויף זונטיק דעם 15־טן דעצעמבער 1929. איך האב ארויםגעשיקט 13 פאסט־קארטן צו די פאלגנדיקע לאנדם־ לײט; חײם שניצער, משה אײזענבערג, איטשע גוטמאן, טשארלי ראטטער, אלטער שולמאן, ליפע שולמאן׳ הירש לייב ציממערמאן, איזידאר ציממערמאן, שמחה מערגיק, לאזער ראזענבערג, ײדל נײפעלד און יעקב שולמאן. אחוץ יעקב שולמאן זענען געװען אנװעזנדיק אלע. מיט אים האט נעבעך פאסירט א פארפאל. אויפן װעג האט ער זיך צעקלאפט א פוס.

passage_a8ed55462fc115112c12b8df
Passage 4normalized OCR · source chars 2916-3718

אויף דער פארזאמלונג בין איך נאמינירט געװארן אלם פרעזידענט און חײם שניצער אלם וױיס־פרעזידענט. בײ די לעצטע נאמינאציעס האב איך צובאקומען א קאנקורענט. דאס איז געװען ישראל פערלעגער. אונדזער מיטגלידערשאפט האט בײ די ערשטע יװאלן שוין געצײלט 140 פערזאן. דער צימער איז געװען איבערפולט מיט מענטשן, בײם אויסטײלן די באלעטס צו שטימען, האט ישראל פערלעגער געבעטן א װארט און דערקלערט, אז ער ציט צוריק זײן קאנדידאטור אויף פרעזי־ דענט צו מײן גינםטן. אזוי בין איך געבליבן אײנער אויפן פעלד. די פארזאמלטע האבן אנגעהויבן שטארק צו אפלאדירן. אזוי בין איך אײנשטימיק דערװײלט געװארן אלם ערשטער פרעזידענט אין דער נײ־ארגאניזירטער כמיעלניקער סאםײמי... איך האב מײנע לאנדסלײט הארציק באדאנקט און איך האב זײ הײליק פארשפראכן אז אין דעם יאר 1930 װעט אװעקגעלײגט װערן דער פונדאמענט פון א שטארק־צעמענ־ טירטן בנין פון דער באנײטער לאנדםמאנשאפט.

passage_107b38e0528a04b92a9c1f4e
Passage 5normalized OCR · source chars 3720-4940

מיט 2 װאכן שפעטער איז פארגעקומען די אײנשװערונג פין דער אדמיניסטראציע. דער פארויםגעזעענער פראטאקאל־ סעקרעטאר הערשל יארום האט אבער צוליב נישט פארוים־ געזעענע םיבות זיך צוריקגעצויגן. ישראל פערלעגער װערט אײנגעשװוירן אלס פראטאקאל־סעקרעטאר פארן יאר 1930. עם איז געװײלט געװארן אן עקזעקוטױוע פון 7 מיטגלידער. אויף איר ערשטער זיצונג, װאם איז אפגעהאלטן געװארן בײ מיר אין דער װוינונג זענען באהאנדלט געװארן דרײ װיכטיקע פונקטן * דער טשארטער; א בית־עולם; די קאנסטיטוציע, די באשלוסן זענען אנגענומען געװארן אײנשטימיק. אין פאר־ לויף פון די ערשטע 6 מאנאטן האבן מיר שוין געהאט דעם טשארטער און אויך געקויפט אן אײגענעם בית־עולם. די שוין פון לאנג אנגעשריבענע קאנםטיטוציע־געזעצן האבן מיר געגעבן צום דרוקן אין יאר 1933. אין פארװארט פון דער קאנסטיטוציע װערט געזאגט: ״אום צו געבן א געלעגנהײט אלע פרײנט און באקאנטע פון אונדזערע מיטגלירער זיך אנצושליסן אין דער םאסײטי אן אונטערשיד אויב זײ זענען רעליגיעז, פרײגעזאנען, אדער זענען פארבונדן מיט װעלכעו־ עס איז באװעגונג, דערקלערן מיר דא אויסדריקלעך אז די סאםײטי איז און מוז בלײבן אומפארטײאיש און קען נישט אויםגענוצט װערן פאר װעלכן עס איז אנדערן צװעק נאר פאר דעם׳ װאם די םאסײטי איז געגרינדעט געװארן. אויסער ,־י מאטעריעלע בענעפיטן זענען פרײנטשאפט, ברידערלעכקײט און אחדות די גרונט־פרינציפן פון דער םאםײעטי״

passage_0562d84b50396505a4719de1
Passage 6normalized OCR · source chars 4942-5147

אין פאראנראף נומער 2 װערט געזאגט ; ״געזעלשאפטלעכע צוזאמעגקונפטן, קעגנזײטיקע שטיצע אין צײט פון א נויט, קראנקען־בעגעפיט, באערדיקוגג, ענדוימענט״ — דאם איז 1 דאלארדיקער קאפ־שטײער. אין א טויט־פאל פון א מיטגליד,

passage_60b304b551449990b2176460